שלום וברכה!
[ב' כסלו, תש"כ]
... כ"ק מו"ח אדמו"ר, אין נאמען פון דעם אלטן רבי'ן דעם בעל התניא, האט אונז אפט דערמאנט, אז מען דארף זיך לערנען פון דער סדרה פון דער וואך אויף אלע געשעענישן פון דער וואך.
גראדע די סדרה ויצא לערנט אונז פיל וועגן דער פאראנטווארטלעכקייט פון דער פרוי אלס עקרת הבית, ניט נאר פון דער אייגענער הויז נאר אויך פון גאנץ בית ישראל. ווארום אין דער סדרה לערנען מיר ווי אזוי יעקב אבינו איז געקומען אין א פרעמד לאנד און האט דורכגעמאכט שווערע צייטן, און ניט קוקנדיק אויף דעם אלעם, האט ער דארט אויפגעשטעלט דעם בית ישראל, וואו אלע קינדער זיינען געבליבן טריי דער טראדיציע פון די אבות, אברהם, יצחק און יעקב. און דאס איז דערמעגלעכט געווארן אדאנק דעם, וואס די אידישע מאמעס, רחל לאה בלהה און זלפה, האבן געטאן אלץ וואס איז געווען אפהענגיק פון זיי צו פארזיכערן די גאנצקייט פון זייער היים און די צוקונפט פון זייער פאלק...
נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 213.
לערנען פון דער סדרה: ראה לעיל חי"ח אגרת ו'תקלז, ובהנסמן בהערות שם.
פאראנטווארטלעכקייט פון דער פרוי: ראה גם לקמן אגרת ז'קו.