ב"ה, ב' כסלו, תש"כ
ברוקלין.
שלום וברכה!
נאך א ליינגערן איבעררייס, איז מיר אנגעקומען אייער בריף פון יום שלישי שהוכפל בו כי טוב אדר"ח כסלו, חדש הנסים והגאולה.
ת"ח פאר דער בשורה טובה אין אנפאנג פון אייער בריף, אז מצד דעם צושטאנד וכו' דארפמען דאנקען להשם יתברך, און השם יתברך זאל העלפען, אז ווי גוט עס זאל ניט זיין קען ער דאך נאך מער צוגעבען, און זיכער וועט דאס בריינגען אויך א צוגאב פון אייער זייט און מצד פאמיליע שי' אין ענינים פון תורה ומצות בא זיך אליין און אויך צו פארשפרייטען אידישקייט תורה ומצות וואו נאר מ'קען גרייכען, און טאן דאס מתוך מנוחה שמחה וטוב לבב און צוגעבען אין דעם פון צייט צו צייט.
בברכה לבשורות טובות בכל האמור.
לכתבו, וועגן א מחיצה וואס די אויבערשטע טייל איז פון דורכזיכטיגע גלאז - איז דאס דאך געמאכט חוזק פון זיך אליין, וועמ[ע]ן נארט מען אויס דערמיט?
דער פירוש הפשוט אין כהוציאם אותם (בראשית יט, יז) איז: כהוציא הם (די מלאכים) אותם [ווי ער זאגט בפסוק טז: ויוציאהו - לשון רבים. אויך בתרגום אונקלוס - יט, יז - איז די גרסא בכמה דפוסים אפיקו ניט אפיק].