6493 —6493

ב"ה, כ"ב אלול, תשי"ח — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ"ב אלול, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה!

בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך און די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"Jר אדמו"Rר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע יעדערן צו דעם וואס ער נויטיגט זיך לויט אייער שרייבען.

און אזוי ווי לויט די רייד פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, איז ח"י אלול שוין א אנהויב פון ראש השנה, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, איז שוין גלייך דא א ארט ווען עס הויבט זיך דער ענין פון תכלה שנה וקללותי' ותחל שנה וברכותי', און פון איצטער אן און וויטער זאלען זיין נאר גוטע בשורות בטוב הנראה והנגלה אין די אלע ענינים וואס איר שרייבט, און דאס זאל זיין מיט גוטען געזונט וטוב לבב והרחבת הפרנסה.

בברכת כתיבה וחתימה טובה.

Leave Feedback