Letter # 2694

א' סיון, תשי"ד

2694 - The greatest of scholars cannot reach the depth of the Tanya; everyone gets something from it

The more effort you put in the more you will be able to understand the ideas discussed in Tanya,

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, א' סיון, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

... איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף אז איר לערנט א שיעור תניא יעדער טאג, און עס איז באוואוסט דער ווארט פון די נשיאי חב"ד וועגען דעם תניא, אז אפילו דער גדול שבגדולים קען זיך ניט דערגרונטעווען צו די גאנצע טיפקייט פון תניא, און דאגעגען קען יעדער איד עפעס נעמען פון תניא, ווארום די כוונה פון בעל התניא איז געווען אז דאס זאל זיין א ספר פאר אלע אידען צו לערנען, וצדיק גוזר והקב"ה מקיים, און עס איז דא[ך] ידוע אז יגעת ומצאת, אז וואס מער מען איז זיך מייגע אין דעם אלץ מער נעמט מען אויף און מען פארשטייט די ענינים וועלכע ווערען דארט אין תניא גערעט.

בברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות מתוך בריאות הנכונה.