ב"ה, כ"ד אייר, תשי"ב
ברוקלין.
שלום וברכה!
איך האב ערהאלטען אייער בריף פון 5/13 אין וועלכען איר פרעגט אין נאמען פון אייער זון, א עצה וועגען דעם שידוך וואס מען לייגט אים פאר, און בא עם איז ניט זיכער אויב די עלטערן פון דער מיידעל וועלען עם קאנען ארויסהעלפען מיט גרעסערע סומעס.
מיין מיינונג אין דעם איז, וויבאלד אז איר שרייבט אז זי האט מעלות וועלכע פאסען פאר אייער זון, דאס איז דער עיקר בא א שידוך, און וועגען פרנסה וועט זיי השי"ת העלפען, און מן הסתם וועלען אויף דער ערשטער צייט לכל הפחות די עלטערען פון ביידע צדדים ארויסהעלפען, און בפרט אז איר שרייבט אז די עלטערן פון דער מיידעל האבען א פאבריק.
איר שרייבט, אז איר טראכט איבער וועגען א קפידא אויף אייך פון הרב ... וואס מען האט פארגעשלאגען זיינע א טאכטער פאר אייער זון שי', אויף דעם איז מיר שווער צו ענטפערן ניט וויסענדיק קיין פרטים אין דעם, אויף ווי ווייט עס האט זיך גערעט דער שידוך, אויב אייער זון האט זיך ניט באגעגענט מיט איר און איר האט גארניט פארשפראכען, איז ניטא וואס איבער צו טראכטען וועגען דעם, אבער אויב אייער זון האט וואס פארשפראכען איר, איז דענסטמאל דארפמען בעטען מחילה בא איר, און זיכער וועט איר מיר שרייבען מער פרטים אין דעם.
ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך מזכיר זיין אייך, אייער פרוי און אייער זון שיחיו, יעדערן פון אייך צו וואס ער באדארף.
מיט א וואונש פאר א פרייליכן יו"ט שבועות.
נ"ב: זיכער היט איר אפ צו זאגען תהלים אלע טאג און אויך דער שיעור פון לערנען חומש, און אייער פרוי גיט צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב, ווי איך האב אייך שוין געשריבען אין די פריערדיקע בריף.
B"H, 24 Iyar, 5712.
Brooklyn.
Shalom u'Vrachah!
I received your letter from 5/13 in which you ask, on behalf of your son, for advice regarding the shidduch being proposed to him. He is unsure whether the girl's parents will be able to help with larger sums. My opinion is that since you write she has qualities that suit your son—that is the main thing in a shidduch. Regarding livelihood, Hashem will help, and most likely at least at first both sets of parents will assist. Especially since you write that the girl's parents have a factory.
You write that you are concerned about a possible grievance against you from the Rav ... whose daughter was suggested for your son. It is hard for me to answer without details—how far did this shidduch go? If your son did not meet her and you made no promises, there is nothing to worry about. But if your son promised her something, then forgiveness should be requested from her. Surely you will write me more details about this.
When I am at the resting place of my father-in-law, the holy Admor zatzal nbg"m zya"a, I will mention you, your wife and your son—each of you for what he needs.
With wishes for a joyous Yom Tov of Shavuos.
P.S.: Surely you continue saying Tehillim every day and also learning the daily portion of Chumash; and your wife gives tzedakah for Rabbi Meir Baal HaNes each time before lighting candles on Erev Shabbos and Erev Yom Tov—as I already wrote to you in previous letters.
Summary
The Rebbe teaches that in shidduchim, personal qualities take precedence over financial considerations. He also stresses maintaining spiritual practices and handling interpersonal concerns with sensitivity and honesty.