Letter # 1023

כ"ה אייר, ה'תשי"א

1023 - Preparing for Blessings through Torah and Mitzvos

Rebbe davened for the family at the Ohel and encourages a warm Jewish home, kosher mezuzahs, daily tefillin, and tzedakah before Shabbos as preparation for Hashem’s blessings.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ה אייר, ה'תשי"א ברוקלין

 

ברכה ושלום!

איך האב ערהאלטן אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער געזונט, און דעם געזונט פון אייער מוטער און וועגען אייערע קינדער... מיט זיין פאמיליע און אייער זון... יחיו:

ווען איך בין געווען פאריגן ל"ג בעומר אויפן ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האב איך אייך אלעמען מזכיר געווען, און געוויס איז ער מעורר רחמים אז השם יתברך זאל העלפן יעדערען פון אייך אין וואס יעדערער באדארף, איך האף אז איר וועט מיר אנזאגען בשורות טובות.

אבער אויף אויפנעמען די ברכות פון דעם אויבערשטן ברוך הוא דארפמען צוגרייטן כלים, וואס דאס איז, אז די הויז זאל זיין א אידישע ווארימע און ליכטיגע הויז;

זעהט אז די מזוזות זאלן זיין כשר'ה, און פאר ליכט צינדן יעדען ערב שבת און ערב יום טוב, זאלט איר געבן צדקה, און די קינדער אייערע זאלט איר אנזאגען צו לייגן תפילין אלע טאג - אויסער שבת און יום טוב - און אויב עס איז אונמעגליך פאר זיי צו לייגן תפילין אין דער פריה, זאלן זיי דאס טאן אין פערלויף פון טאג, ביז זון אונטערגאנג, און ווען זיי וועלין אזוי טאן, האף איך אז די ברכות וועלן זיי אנקומען.

ביטע גיט איבער דער מרת... תי' אז איך האב מזכיר געווען איר זון אויפן ציון פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און זאל זי אים שרייבן גלייך, אז ער זאל היטן צו אנטאן תפילין יעדען טאג - אויסער שבת און יום טוב - ווען ער האט נאר א פאר פרייע מינוטען דורכן טאג פון אינדערפרי ביז פארנאכט, עס מעג זיין נאר א פאר מינוט צו טראגען די תפילין, אבער ער זאל דורכאויס אנטאן יעדען טאג תפילין, וועט אים השם יתברך היטן און ער וועט קומען גאנץ געזונטערהייט אהיים, איך שיק דא א מעסעדזש בייגעלייגט, און זאל זי דאס איבערשיקן איר זון שי'.

בברכה.