9556 —9556

ב"ה,  כ"ד אלול, ה'תשכ"ח — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה,  כ"ד אלול, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

איך באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריוו מיט דאָס בייגעלעגטע.

השם יתברך זאָל דערפילן אייערע אינערלעכע וואונשן לטובה אין די אַלע ענינים וועגן וועלכע איר שרייבט.

עס איז זיכער איבעריג צו אונטערשטרייכן, אַז די טאָג-טעגלעכע אויפפירונג אין איינקלאַנג מיט תורה, תורת חיים, ומצוות,

וחי

בהם, אין צוגאָב צום עיקר וואָס דאָס איז דעם אויבערשטנ'ס ווילן און געבאָט, איז דאָס אויך דער וועג צו באַקומען זיינע ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך.

אין ענטפער אויף אייער פראַגע אין צוזאַמענהאַנג מיט אייער משפּחה-לאַגע, איז דאָ אויף דעם אַ קלאָרע אָנווייזונג אין אונזער תורה הק', תורת חיים, הוראה בחיים (אָנווייזונג אין לעבן), אַז מ'דאַרף טאָן מיט דער געהעריגער ענערגיע – זעלבסטפאַרשטענדלעך בדרכי צניעות – וועגן אַ פּאַסנדן שידוך פאַר אייך. און וויבאַלד אַז תורה זאָגט אַזוי, אין אַ קאַטעגאָרישער פאָרם, איז זיכער אַז דאָס איז גוט פאַר די אַלע וואָס קענען האָבן דערצו אַ שייכות, אין דעם פאַל – גוט פאַר אייך און גוט פאַר אייער טאָכטער שתחי'.

עס איז אויך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז עס איז ניט אַזוי לייכט צו געפינען אַ פּאַסנדן שידוך, אָבער אויף דעם איז דאָ

דער צוזאָג

יגעת ומצאת

– אַז אויב מ'טוט ענערגיש און מיט גוטער כוונה, העלפט דער אויבערשטער און מ'איז מצליח. און ס'איז דאָך איבעריג צו אונטערשטרייכן פאַר אייך אַז אַ צוגאָב אין קביעות עתים לתורה וקיום המצוות בהידור גיט-צו אין די ברכות פון השם יתברך.

אין צוזאַמענהאַנג מיט די איצטיגע סגולה-טעג פון

חודש

אלול, ימי הרחמים והרצון, האָט איר מסתם געהערט די

דערקלערונג

פון אַלטן רבי'ן בעל התניא והשלחן ערוך וועגן דעם ענין פון די דאָזיגע טעג, דורך דעם משל פון אַ קעניג אין פעלד, איידער ער קומט אַריין אין שטאָט, ווען יעטווידער איינער קען אַרויסגיין און מקבל פנים זיין דעם קעניג, און דער קעניג נעמט יעדן איינעם אויף מיט צופרידנקייט און אַ שמייכלדיגן פנים.

ויהי רצון אַז אבינו מלכנו זאָל ממלא זיין די בקשות און תפלות פון יעדן איינעם פון אונז בתוך כלל ישראל לטובה ולברכה.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

Leave Feedback