9495 —9495

ב"ה,  ימי הספירה, ה'תשכ"ח — ברוקלין, נ.י. — צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער — פאַר דעם מוסד חינוך "אהלי תורה" — ה' עליהם יחיו
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה,  ימי הספירה, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י. — צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער — פאַר דעם מוסד חינוך "אהלי תורה" — ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די איצטיגע טעג פון ספירה זיינען ספּעציעל מסוגל און

צוגעפּאַסט פאַר דער יערלעכער אונטערנעמונג פון דעם מוסד חינוך "אהלי תורה".

עס איז דאָך אַלעמען באַקאַנט, אַז די

ספירה

טעג זיינען אַ צייט פון הכנה צו קבלת התורה. די טעג דערמאָנען אונז יענע צייט ווען די אידן האָבן צום ערשטן מאָל געציילט די טעג און וואָכן פון נאָך זייער באַפרייאונג פון מצרים ביז מתן-תורה ביים באַרג סיני. און מיט יעדן טאָג וואָס זיי האָבן אַזוי אומגעדולדיג און פול מיט תשוקה געציילט, האָבן זיי אַלץ נעענטער דערגרייכט צו סיני, ניט נאָר אין פיזישן שטח, נאָר אויך גייסטיג. און ווען זיי האָבן ענדלעך דערגרייכט דעם באַרג סיני, האָבן זיי זיך שוין אינגאַנצן געהאַט באַפרייט פון אַלע אומגעוואונשענע השפעות און געוואוינהייטן וועלכע האָבן זיך געהאַט צוגעקלעפּט צו זיי במשך

פון זייער לאַנגען גלות אין מצרים. אָבער דאָך האָבן זיי נאָך ניט

גלייך באַקומען די תורה הק' – ביז זיי האָבן אָנגעגעבן

די

קינדער

אַלס "גאַראַנטירער" אַז די תורה וועט אייביג אָפּגעהיט און געשעצט ווערן.

אַזוי אַרום ווערט אונטערשטראָכן יעדן יאָר אין דער דאָזיגער צייט, אַז עס איז ניט גענוג וואָס די עלטערע אַליין גרייטן זיך צו און פאַרשטאַרקן זייער פאַרבונד מיט תורה און מצוות. עס איז נויטיג צו פאַרזיכערן, אַז די

קינדער

וועלן קענען דערפילן זייער אויפגאַבע אַלס די

תורה-גאַראַנטירער

– אַז עס וועט זיי געגעבן ווערן די מעגלעכקייט צו לערנען תורה, שעצן די תורה, און דער עיקר דורכגעדרונגען ווערן מיט תורה און מצוות אַלס יסוד פון זייער טאָג-טעגלעכן לעבן.

דער מוסד חינוך "אהלי תורה" האָט זיך איינגעשאַפן אַ בכבוד'יגן אָרט אין דעם געביט פון תורה-חינוך על טהרת הקדש. דער מוסד פאַרדינט די פולסטע שטיצע פון יעדן איינעם וואָס פאַרשטייט, אַז

תורה און מצוות איז

הם

חיינו ואורך ימינו

– אונזער גאַנצער לעבן און וועזן.

עס איז צו האָפן, אַז די התעוררות און הכנות פון די דאָזיגע ספירה-טעג וועלן זיך אויסדריקן אין אַ פולער מאָס און אַ ממשות'דיגן אופן – אין ברייטהאַרציגע שטיצע צו דערמעגלעכן דעם מוסד חינוך פאָרצוזעצן און אויסברייטערן זיין חינוך-טעטיקייט, כדי צו שאַפן וואָס מער און מער "תורה-גאַראַנטירער".

דער זכות פון החזקת און תמיכת התורה זאָל יעדן איינעם און אַלעמען ביישטיין געבענטשט צו ווערן מיט אַלע ברכות, בגשמיות וברוחניות, וועלכע זיינען צוגעזאָגט געוואָרן אין דער תורה הק',

עץ

חיים היא למחזיקים בה ותומכי' מאושר.

בכבוד ובברכה להצלחה,

מ. שניאורסאהן

Leave Feedback