9465 —9465

לכבוד מר אברהם גד שי' מאחעראווסקי ארובא   ב"ה,  י"א אדר, ה'תשכ"ח — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה,  י"א אדר, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

לכבוד מר אברהם גד שי' מאחעראווסקי ארובא

שלום וברכה!

דערמיט באַשטעטיג איך די ערהאַלטונג פון אייער [בריוו] פון ח' אדר, מיט דאָס בייגעלעגטע.

דער זכות פון צדקה, פאַר וועלכע [אַ] קבלה איז בייגעלעגט, זאָל אייך און אַלע אייערע ביישטיין, געבענטשט צו ווערן אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

שטייענדיג פאַר די טעג פון פורים, זאָל דער אויבערשטער געבן, אַז פּונקט ווי עס איז געווען "בימים ההם", אַזוי זאָל זיין "בזמן הזה" –

ליהודים

היתה אורה ושמחה וששון ויקר, אין דער געוויינלעכער באַדייטונג פון די ווערטער, ווי אויך לויט זייער אינערלעכן אינהאַלט, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה האָ[בן] דערקלערט

"אורה

(ליכטיקייט) – דאָס מיינט תורה", וכולי.

און פון איין גאולה צו אַ צווייטער גאולה – מיר זאָלן אַלע בתוך כלל ישראל זוכה זיין צו דער גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו בקרוב ממש.

איך ווינטש אייך און אַלע אייערע שיחיו אַ פריילעכן פורים און אַ גוטן תמיד.

בברכה לבשורות טובות.

Leave Feedback