7286 —7286

ב"ה, ה' אייר, תש"כ — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, ה' אייר, תש"כ

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן איבעררייס איז אנגעקומען אייער בריף פון כ"ט ניסן.

און בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען.

וואס איר שרייבט אין דעם ענין פון חלב ישראל, - וויבאלד מ'קען דאך דורכקאכען וכו' איז אויף דעם וועג פיל בעסער און געזינטער איידער דער פראצעס פון פאסטערייז וכו' ובפרט אז ס'איז דאך באוואוסט דער סיפור וואס מיר האבען געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועגען דער גרויסער וויכטיקייט אז עס זאל זיין דוקא חלב ישראל.

בברכה לבשורות טובות אין דעם אלעם וואס איר שרייבט.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

דער סיפור: ראה סה"מ אידיש ע' 57.

Leave Feedback