7237 —7237

ב"ה, כ"ה אדר, תש"כ — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ"ה אדר, תש"כ

ברוקלין.

שלום וברכה!

ס'איז מיר אנגעקומען אייער בריף פון /23;3amp& און זייענדיג היינט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האב איך מזכיר געווען אייך און אייערע בני בית שי', לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען.

און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דעם, און בפרט אז מיר געפינען זיך דאך אין דעם חותם וסיום פון חדש אדר, וועלכער איז א הצלחה חדש פאר אידען און זייערע ענינים און דערנעהנטערן זיך צו ניסן ופסח, חג הגאולה פון כל ענינים וואס שטערן אין עבודת השם יתברך בשמחה ובטוב לבב.

בברכה לבשו"ט ולהרחבת הפרנסה.

צו אייער שרייבען וועגען סטאקס - בכלל האלט איך כלל ניט פון האנדלן אין ספעקולאציע מיט סטאקס. בפרט - דארפן זיך באראטן מיט א מומחה.

Leave Feedback