Letter # 5915

יו"ד כסלו תשי"ח

5915 - Guidance on a New Business Venture

The Rebbe responds about the planned business change, advising to begin the new venture with tzedakah as a merit for success. He promises to mention those listed at the Ohel and extends blessings in connection with the approaching Yud-Tes Kislev, that all be helped in both material and spiritual needs.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

[יו"ד כסלו תשי"ח]

אין ענטפער אויף אייער בריף פון אור ליום א', און דערנאך די טעלעפאנישע ידיעה דורך הרב חדקוב שי', אז אין קורצסטן שליסט זיך דער געשעפט און עס בלייבט נאר דער פארשלאג פון דעם שוחט עופות.

איך נעם אן, אז אין דעם ענין וואס איר שרייבט, איז ניט פראן אין דעם קיין ענין פון השגת גבול, און אויב דאס איז אזוי, זאל דאס זיין בשעה טובה ומוצלחת, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך, אז איר זאלט אריינגעבען אין א קופה של צדקה אויף דעם חשבון פון די פארדינסטן די קומענדע א געוויסען סכום, און דאס זאל פון אנהויב אן אוועקשטעלען די נייע אונטערנעמונג ע"פ השי"ת עשר תעשר, וכמ"ש ובחנוני נא בזאת וגו'.

בעת רצון יזכירו את כל אלה שכותב אודותם על הציון של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע כאו"א להנחוץ לו, והשי"ת יעזור שגם בזה יבשר טוב.

געוויס אויך במחנם הט', מאכט מען הכנות צו דעם יום הבהיר י"ט כסלו יום הגאולה של רבנו הזקן תורת החסידות עניני' והדרכותי', און דער זכות פון דעם בעל השמחה רבנו הזקן יעמוד לכאו"א בתכ"י בהמצטרך לו בגשמיות וברוחניות.

בברכה לבשו"ט ולהתועדות שמחה ופעילה.