Letter # 5844

י"ד מ"ח תשי"ח

5844 - Strengthening Health and Trust in Hashem

The Rebbe wishes improved health, advises consulting doctors about possible treatment, and emphasizes that stronger trust in Hashem—Who heals all—brings quicker recovery, especially for those who have already witnessed His open kindness.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ד מ"ח תשי"ח

ברוקלין.

 

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער געזונט און דעם געזונט פון די קינדער שי', און איך האף אז צו דער צייט פון באקומען מיין דיזן בריף, איז שוין פיל בעסער.

וואס איר שרייבט אז איר ליידעט פון קאפ ווייטאג, שרייבט איר ניט די דיאגנאזע פון די דאקטוירים, און על פי רוב אין אזא פאל גיט מען פילען (כדורים) וועלכע רופן זיך Nicotinic Acid[1] און אפשר איז כדאי צו פרעגען דעם דאקטאר ספעציעל וועגען דעם, און אפשר גיט שוין דאס.

אלענספאל, וואס שטארקער איר וועט זיין אין בטחון בהשם יתברך וועלכער איז דער רופא כל בשר ומפליא לעשות, אלץ גיכער און בעסער וועט זיין דער געזונט, און בפרט בא די וועלכע האבען געזעהן די חסדים פון השם יתברך בגלוי פילע מאל, וועט זיכער השי"ת ממשיך זיין זיינע חסדים און וועט מצליח זיין אויך בעתיד.

בברכה לבשו"ט. 

  1. 1 עיין אגרת 5730