ב"ה, כ"ו אייר, תשי"ב
ברוקלין.
ברכה ושלום!
זיינער צייט האב איך ערהאלטען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט אז איר זייט געווארען די כלה פון האברך הוו"ח אי"א מו"ה ... און בעט א ברכה אז עס זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת. איר שרייבט אויך אז איר זייט ניט פון א חסידישער משפחה און ווייסט ניט פיל פון די זאכען וואס איר דארפט וויסען, אבער איר וועט פארזוכען צו לערנען דאס ווי מעגליך פריער דורך אייערע יעצטיגע געווארענע קרובים ... שיחיו:
עס האט מיך געפרייט צו לייענען אלעס וואס איר שרייבט אין אייער בריף, און בענטש אייך און אייער חתן שיחיו אז איר זאלט באשטימען די חתונה אויף א גוטער שעה, און זי זאל זיין אין א גוטער גליקליכער שעה און בויען א הויז בישראל אויף די יסודות פון תורה ומצות, ווי עס איז ערקלערט געווארען אין תורת החסידות, בדרכי החסידות ומנהגי החסידות.
דאס וואס איר שרייבט, אז איר זייט ניט פון א חסידישער משפחה, דארפט איר זיך פאר דעם ניט שרעקען, ווארום לויט דעם אויסשפראך פון רבינו הזקן בעל התניא, איז חסידות א זאך פאר כלל ישראל, און עס איז געשריבען און איבערגעגעבען געווארען אין אזא אופן, אז יעדער איד מאן און פרוי זאלען גרייכען צו דעם, און קענען פירען זיך אין טאג טעגליכען לעבען לויט די אנווייזונגען פון תורת החסידות, מען דארף נאר וועלען, און דענסטמאל ווייזט השי"ת די וועגען און גיט אויך די מעגליכקייט אויף צו פארווירקליכען דאס אין לעבען.
זיכער ווייסט איר אז בא מתן תורה, וואס מיר גייען פייערן די נאהענסטע טעג, ווערט דערציילט אין מדרש, אז השי"ת האט געזאגט צו משה רבינו, אז פריער זאל ער דערציילען וועגען דעם צו די פרויען. דאס איז א לעהרע אויף פילע ענינים בא אידען, ובפרט - אז ווען מען גייט בויען א הויז, סיי א אינדיווידועלע אדער א כללית'דיקע, ליגט א עיקר אחריות אויף די פרויען, וואס זיי זיינען די עקרת הבית, דער עיקר פון דער הויז און ווי מ'זעהט דאס בעשיינפערליך פאקטיש, אז די פירונג פון דער הויז און ווער רעט די ערציהונג פון זין און טעכטער און אפילו די הנהגה פון דעם מאן, היינגט אפ אן דער פרוי, במילא דאר[ף] די פרוי וויסען די פאראנטווארטליכקייט וועלכע ליגט אויף איר, און זי קען אויך זיין זיכער אז וויבאלד השי"ת פאדערט דאס, גיט ער ברוך הוא אויך די מעגליכקייט און די כחות אויף צו בריינגען דאס אין טאג טעגליכען לעבען.
השם יתברך זאל אייך העלפען אז איר זאלט איינשטעלען אייער הויז און פירן זי ווי אויבען געזאגט, און זאלט האבען א פרייליכען יום טוב שבועות און דערנאך אויך אין פארלויף פון גאנצען יאר אין א לעבען פון תורה ומצות.
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
המזכיר
B"H, 26 Iyar, 5712.
Brooklyn.
Shalom u'Vrachah!
I recently received your letter in which you write that you have become the kallah of the Avrech haVavac"h iy"a ... and request a blessing that it should be at an auspicious and successful time. You also write that you are not from a Chassidic family and do not know much about the things you need to know, but you will try to learn them as soon as possible through your new relatives.
It pleased me to read everything you wrote in your letter, and I bless you and your chassan that you should set the wedding at a good time, and it should be in a good and happy hour. May you build a home in Israel on the foundations of Torah and mitzvos, as explained in Toras HaChassidus, in the ways of Chassidus and its customs.
Regarding what you wrote—that you are not from a Chassidic family—you need not be afraid of this. For according to the teaching of Rabbeinu HaZaken, Baal HaTanya, Chassidus is something for all of Klal Yisrael. It was written and transmitted in such a way that every Jew—man or woman—can reach it and conduct daily life according to the guidance of Toras HaChassidus. One only needs to want it, and then Hashem shows the ways and gives the ability to realize this in life.
You surely know that at Matan Torah—which we will celebrate in the coming days—the Midrash tells us that Hashem told Moshe Rabbeinu to first tell this to the women. This is an instruction for many matters among Jews, especially that when building a home—whether individual or communal—the main responsibility lies with the women, who are the foundation of the home. As is clearly seen in practice, the running of the home, raising sons and daughters, and even influencing the husband's conduct depends on the woman. Therefore, she must know the responsibility placed upon her—and she can also be sure that since Hashem demands this from her, He also gives her the ability and strength to bring it into daily life.
May Hashem help you establish your home and conduct it as mentioned above. May you have a joyous Yom Tov Shavuos—and afterwards throughout the entire year—a life filled with Torah and mitzvos.
Summary
The Rebbe encourages every Jewish woman—even those new to Chassidus—to embrace their vital role in building a Jewish home based on Torah values, assuring them that G‑d grants both guidance and strength for this mission.