9500 —9500

ב"ה,  ערב ראש חודש סיון, ה'תשכ"ח — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה,  ערב ראש חודש סיון, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

דערמיט באַשטעטיג איך די ערהאַלטונג פון נדבת לבם הט', דעם טשעק וואָס איר האָט באַקומען אין צוזאַמענהאַנג מיט דער פּאַסירונג ניט איצט געדאַכט מיט אייער טאָכטער . . תחי'.

עס איז איבעריג צו אונטערשטרייכן דעם זכות פון דער צדקה, אָבער ס'איז כדאי צו באַמערקן די צייטיקייט דערפון אין די איצטיגע טעג פאַר קבלת התורה, וואָס האָט אַ ספּעציעלע באַדייטונג פאַר קינדער זאָלן געזונד זיין. וואָרום, כידוע, איידער דער אויבערשטער האָט געגעבן די תורה הק' צום גאַנצן פאָלק ישראל האָט ער געפאָדערט אַ גאַראַנטיע אַז מ'וועט די תורה און מצוות היטן און טייער האַלטן אויף אייביג, און די איינציגע גאַראַנטיע וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגענומען איז געווען

"בנינו

ערבים בעדינו".

זאָל דער אויבערשטער העלפן אַז איר זאָלט האָבן אַ סך אידישע חסידישע נחת פון אַלע אייערע קינדער שיחיו, אין גוטן געזונד ומתוך הרחבה בגשמיות וברוחניות.

מיט דער ברכה צו קבלת התורה בשמחה ובטוב לבב.

Leave Feedback