ב"ה, ערב חנוכה, ה'תשכ"ח
ברוקלין, נ.י.
שלום וברכה!
אייער בריוו פון יום ה' פ' ויצא האָב איך ערהאַלטן.
ווי מיר האָבן גערעדט ווען איר האָט באַזוכט דאָ, איז מיין פעסטע מיינונג, אַז דער באַשלוס וועגן די סדרי לימודים פון אייער זון שי', און אין אַלע פרטים אין דעם, הענגט אָפּ פון אייער זון און זיין החלטה. און ווי איך האָב אייך דעמאָלט געזאָגט, איז דאָס ניט נאָר פאַר זיין טובה, נאָר אויך פאַר דער טובה פון אַלע זיינע נאָענטע. און בכלל איז ער שוין אין די יאָרן ווען עס האָט גאָר קיין אָרט צו געבן אים באַפעלן (אין דעם).
דער אויבערשטער וואָס איז משגיח אויף יעדן איינעם בהשגחה פרטית זאָל אייך בענטשן מיט וואָס איר נויטיגט זיך, און אין דעם וואָס איז ספּעציעל אינערלעך וויכטיג – צו האָבן אמת'ע אידישע נחת פון אייער זון שי' און דאָס אַלעס אין א שטייגענדער מאָס, אין גייסט פון די חנוכה-ליכט וועלכע מיר צינדן אָן מיט
אַ
ליכטעלע מער יעדן טאָג.
בכבוד ובברכה.