ב"ה כ"ה שבט תשי"ז
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ וכו' המכונה ד"ר י. פוסברג שי'
שלום וברכה!
איך באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען געוזנט צושטאנד פון מר... שי' און איך בין געווען צופרידען צו לייענען אייער בריף און ארויסהאבען פון אייער ארט שרייבען אז איר טוט אין דעם מיט ווארימקייט און הארציקייט, וואס חאטש פון יעדער דאקטאר פאדערט זיך דאס, אבער צוגעבענדיק אז ליידער זיינען פראן אזעלכע וואס האבען ניט מער ווי א געוויינלעכן צוגאנג, איז אויך אפילו די וועלכע האבען א ווארימען און הארציגען צוגאנג, זיינען פראן פילא פערשידענע שטופען, איז ווען מען זעהט אין דעם א צוגאב, שטארקט דאס די האפנונג אז שפעטער וועט צוקומען נאך און נאך און דורך דעם וועט אויך צוקומען אין דער ווירקונג אויף דעם פאציענט.
אין דער זאך זעלבסט ווייסט איר זיכער אז אין צווישען צייט זיינען געווען ענדערונגען אין דעם צושטאנד פון דעם פאציענט וועגען וועלכעס מען האט מיר מודיע געווען און אויך האט מען זיכער אייך איבערגעגעבען דעם אינהאלט פון מיין ענטפער, וואס איינשטימיג אויך צו אייער פארשלאג, ער זאל אויספאלגען דאס וואס דאקטוירים זאגען. איך ערווארט ווייטערדיקע ידיעות והשם יתברך הרופא כל בשר ומפליא לעשות זאל העלפען עס זאל זיין גוטע בשורות.
זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען, אז רוחניות וגשמיות זיינען פארבונדען איינע מיט די אנדערע, און אויך די חכמת הרפואה אנערקענט אז דער געזונט פון קערפער איז פארבונדען מיט דעם געזונט פון דער נשמה, און ניט נאר מיט דער נשמה אין איינפאכען זין נאר אויך מיט דער נפש האלקית, און דעריבער האף אז היילענדיק די פאציענטן לייגט איר אכט אויף זייער צושטאנד אין דאס לעצטע און במיעהט זיך צו היילען אויך זייער נשמה נפש האלקית און ניט נאר דעם גוף ונפש הבהמית, און אויב אפילו אייניגע פאציענטן פילען ניט דאס נויט בזה און שטעלען זיך אפילו געגען, איז דאך דאס אליין ריכטיגער באווייז אז זיי נויטיגען זיך אין א נאך גרעסערער מאס רפואה אין דעם, ויהי רצון אז אויך אין דעם זאלט איר מצליח זיין.
בכבוד וברכה.
נ. ב.
זיכער ווייסט איר אז איך האב געלעבט אייניגע יאר אין פראנקרייך און לייען פראנצויזיש, און דעריבער קענט איר מיר שרייבען אין דער שפראך וועלכעס איז פאר אייך באקוועמער.