9902 —9902

ב"ה — , ל"ג בעומר, ה'תש"ל — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה

, ל"ג בעומר, ה'תש"ל — ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

מרת סאסיא תחי' גאָרדאָן

ברכה ושלום!

איך האָב באַקומען אייער בריוו, בקשת ברכה-פ"נ פאַר . . . און וועל אים מזכיר זיין אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בהתאם צו אייער בקשה.

ויהי רצון אַז איר זאָלט אינגיכן אָנזאָגן אַ גוטע בשורה אין דעם.

זיכער איז איבעריג צו אונטערשטרייכן די נויטווענדיקייט צו פאַרשטאַרקען די טעגלעכע הנהגה אין איינקלאנג מיט דער תורה און מצוות. וואָרום אין צוגאָב צו דעם עיקר, וואָס דאָס איז דאָך דער רצון פון אויבערשטן, איז יעדע הוספה אין ענינים פון תורה און מצוות ברענגט דאָס אַ הוספה אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך. און ס'איז דאָך שטענדיג דאָ אָרט מוסיף צו זיין אין ענינים פון טוב וקדושה.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Leave Feedback