לקוטי שיחות חלק לט - הוספות - מכתבים ושיחות כה

Audio for this shiur is coming soon

עשי"ת

.. . זיכער איז איבעריג צו אונטערשטרייכען, אז א שטארקונג און צוגאב אין דער טאג טעגליכער אויפפירונג, אין איינקלאנג מיט די אנווייזונגען פון אונזער הייליקער תורה און צו מקיים זיין אירע מצות אויף וועלכע עס שטייט, וחי בהם, איז אלס צוגאב צום עיקר אז דאס איז דער אנזאג פון השם יתברך, איז דאס אויך די וועג אויף צו באקומען זיינע ברכות אין דעם וואס מ'נויטיגט זיך.

און בפרט אז מיר געפינען זיך אין די טעג, וועלכע זיינען ימי רצון, די טעג צווישען ראש השנה און יום כפורים, וואס ראש השנה איז געגעבען געווארען די כתיבה טובה און יום כפור ווערט געגעבען די חתימה טובה.

מ'האט געדארפט בודק זיין (איבערזעהן) אייערע תפילין און יעדער וואכען טאג פאר אנטאן די תפילין צו געבען א פאר סענט אויף צדקה, און אויך צו בודק זיין די מזוזות אין אייער דירה אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז, און אייער פרוי תחי' זאל אפהיטען דעם גוטען מנהג פון אידישע טעכטער צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.

"(ממכתב ח' תשרי תשכ"ח)"

[new_section]

Leave Feedback