Letter # 1969

נר חמישי דחנוכה, ה'תשי"ג - אל נשי ובנות חב"ד ה' עליהן תחיינה

1969 - ספר "בית רבי" - (אין אידיש) וואס איז ערשט ארויס פון דרוק - אלס חנוכה מזכרת. איך האף, אז איר

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, נר חמישי דחנוכה, ה'תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

אל נשי ובנות חב"ד ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

אין צוזאמענהאנג מיט חנוכה, ווערט אייך ארויסגעשיקט דער ספר "בית רבי" - (אין אידיש) וואס איז ערשט ארויס פון דרוק - אלס חנוכה מזכרת.

איך האף, אז איר וועט זיך פיל באנוצן מיט דעם ספר בא אייערע צוזאמענקונפטן, כדי נעענטער צו באקענען זיך מיטן לעבן און שאפן פון כ"ק נשיאינו, די "אבות חב"ד" זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, שעפן פון זייערע לעבעדיקע קוואלן און אזוי ארום קענען בעסער ערפילן אייערע פליכטן אלס פרויען און טעכטער פון חב"ד, צו פארשפרייטן די ליכטיקייט פון תורה און מצוות אין גייסט פון תורת חב"ד, ניט נאר בא זיך אין דערהיים, נאר אין דער גאנצער סביבה.

אזוי ווי אלץ איז בהשגחה פרטית, איז אויך דאס וואס דער "בית רבי" איז ארויס פון דרוק אין דעם חודש הגאולה פון חב"ד ובפרט אין די טעג פון חנוכה, קען מען דערפון ארויסלערנען א הוראה.

דער אונטערשייד צווישן די נרות חנוכה און נרות של שבת וואס פרויען זיינען אין ביידע פארפליכטעט, איז, צווישן אנדערעס, אויך אין דעם וואס די נרות חנוכה צינדט מען אן נאך דער שקיעה, ווען עס איז שוין נאכט, אבער נרות שבת צינדט מען אן פאר דער שקיעה, ווען עס איז נאך טאג. אויסער דעם, צינדט מען ערב-שבת אן די זעלבע צאל ליכט ווי אלעמאל, אבער די חנוכה ליכט ווערן פארגרעסערט אין צאל אלע נאכט.

דאס איז אן אנדייטונג, אז מען קען זיך ניט באגנוגענען מיט דעם וואס מען מאכט ליכטיק די אייגענע היים מיט דער ליכטיקייט פון תורה און מצוות און מאור שבתורה, די אינערלעכע ליכטיקייט פון דער תורה, וואס דאס איז תורת החסידות: מען מוז אויך ליכטיק מאכן די "גאס", וואס אויף דרויף זיינען מרמז די נרות חנוכה (וואס זייער ארט איז על פתח ביתו מבחוץ - ביים אריינגאנג אין הויז פון דרויסן). נאך מער: אין דער צייט ווען עס איז פינסטער אויפן גאס, איז ניט גענוג בלויז אנצוצינדן ליכט, נאר מען מוז זיין מוסיף והולך - צוגעבן כסדר נייע ליכט, פארגרעסערן די כוחות און אויסברייטערן די ארבעט אלץ מער און מער. לויט דער שיטה פון חסידות חב"ד וואס איז באזירט אויף די יסודות פון אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל.

איך האף, אז אייער ארבעט וועט אויך זיין ווי די נרות חנוכה - מוסיף והולך, און דורכדעם וועט איר ממשיך זיין די ג-טלעכע ליכטיקייט אויף זיך און אייערע בני-בית שיחיו געבענטשט צו ווערן בבני חיי ומזוני.

בברכה.