Letter # 4151

ז' אדר, תשט"ז

4151b - This is not the way to make up for the past by fasting to do Teshuvah.

As the Alter Rebbe writes, nowadays fasting can, God forbid, bring health issues. Study more Torah, daven properly with a minyan, and say Tehilim. Study Chitas. Do as the Rebbe Maharash said: take 15 minutes to think about your situation to bring about an addition to your Torah and mitzvot.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ז' אדר, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ה' אדר חדש שמרבין בו בשמחה, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער התעוררות לתשובה וכו' און שרייבט אויך אז איר ווילט אפקומען מיט תעניתים, און זיכער מיינט איר דאס כפשוטו.

און מיין מיינונג אין דעם איז ווי עס שרייבט רבנו הזקן בעל התניא והשולחן ערוך, אז בדורותינו אלה, וואס דער תענית בריינגט צו חולי אדער מיחוש, חס ושלום ניט דאס איז די וועג פון תשובה, נאר מען דארף מערער לערנען און דאוונען תפלה בצבור און ווי געהעריג איז און בפרט אין זאגען תהלים. און בנוגע צו תעניתים, איז טאן אין דעם ווי די הוראה פון כ"ק אדמו"ר מוהר"ש, תענית איז א עבודה, טראכט אלע טאג 15 מינוט אדעתי' דנפשי' וועגען זיך (זעה ספר התולדות אדמו"ר מוהר"ש, הוצאת קה"ת ה'תש"ז, ברוקלין, ע' 72). - כמובן געמיינט אז דער טראכטען זאל בריינגען להוספה בתורה ומצות.

זעלבסט פארשטענדליך אז דאס אויבען געזאגטע וועגען תענית, איז דאס ניט געמיינט די תעניתים וועלכע זיינען על פי שולחן ערוך, ווי תענית אסתר וכו' וואס בנוגע צו די תעניתים דארפמען פרעגען א רב, וועלכער זאל פסק'נן בהתאם צום געזונט.

אויך האט איר געדארפט יעדער וואכען טאג פארן דאוונען, געבען א פאר סענט אויף צדקה, און אנהאלטען די דריי שיעורים השוים לכל נפש מתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, בחומש תהלים ותניא. א) זאגען יעדער טאג נאכן דאוונען אין דער פריה, דעם שיעור תהלים - ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש. ב) לערנען יעדער טאג א פרשה חומש מיט פירוש רש"י פון דער סדרה פון דער וואך (זונטאג פון אנהויב סדרה ביז פרשת שני, מאנטאג פון פרשת שני ביז שלישי א. א. וו.). ג) לערנען יעדער טאג א שיעור תניא, ווי דער תניא איז פארטיילט אויף די טעג פון יאר. און השי"ת זאל אייך מצליח זיין אין דאס אלעס אויבען געזאגטע.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר