Letter # 4193

א' ניסן, תשט"ז - מרת מערי תחי' ווילנסקי

4193 - It's not something usually done, but I am not opposed to giving students monetary prizes.

Studying in yeshiva is tied to holiness, not wanting to incentivize with monetary prizes. However, lately it has become more common in many yeshivas, although not actual money, but prizes such as sefarim.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, א' ניסן, תשט"ז

ברוקלין.

מרת מערי תחי'[1]

ברכה ושלום!

נאך א איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון 3/9 אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער מעגליכקייט פון פאנד,[2] פון וועלכען מען זאל יעדעס יאר אויסטעיילען א פרייז פאר א גוטען תלמיד.

זעלבסט פארשטענדליך, אז אזא זאך קען מען איינארדנען, אבער עס איז אויך פארשטענדליך, אז דאס איז ניט א זאך פון א סקאלערשיפ, נאר א אנרעגונגס פאנד, און אין דעם איז אויך ניט מעגליך צו באשטימען די געלט סומע, וואס דאס ווענדעט זיך אן דעם מענשן וועלכער וויל איינשעטלען אזא זאך (די גרויס פון דער סומע פאר דעם צוועק, וויפיל זאל אויסגעטיילט ווערען יעדעס יאר און צו וויפיל מענשן), און ווען איר וועט אויסקלייבען איינע פון די מעגליכע אויבען דערמאנטע רעכין איך אז מען וועט דאס קענען צושטאנד בריינגען אין איינע פון די חב"ד לערן אנשטאלטען אין ארצנו הקדושה אדער מאראקא.

איך האב אייך ניט געשריבען וועגען דעם, וויילע בא אידען איז דאס פארטיילען פון פרייזעס אזעלכע ניט קיין אפטע ערשיינונג, און חאטש מען איז ניט געגען דעם, האט מען אבער אויך ניט ערמוטיגט אזעלכעס, זיכער איז איינע פון די אורזאכען, דאס נעמען אין אכט אז דער לערנען אין די ישיבות איז פארבונדען מיט קדושה-הייליגקייט, האט מען ניט געוואלט אנרעגען דאס אויבען דערמאנטע, אום ניט צו באטאנען אז דאס ווערט - דורך די תלמידים - געטאן צוליב געלט נוצען אדער אנדערע מאטעריעלע נוצען, אבער גראדע אין די לעצטע יארען האבען פילע ישיבות און ספעציעל אין ארץ ישראל, אנגעהויבען איינפירען אזעלכעס (ניט דורך געלט פרייזעס, נאר אין אפטע געשאנקען פון ספרים).

איר שרייבט קיינע איינצעלהייטען וועגען געזונט, וויל איך האפען אז דאס איז געווען נאר א פאראיבערגייענדע זאך, און אז היינט פילט נאך מער בעסער און וועט קענען פארבריינגען דעם יום טוב פסח אויף א פאסענדען אופן.

מיט א וואונש צו גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע און ספעציעל וועגען גוטען געזונט.

  1. 1 ווילנסקי, סינסינטי.
  2. 2 עיין לעיל מכתב 4081