Letter # 4049

כ"ד טבת, תשט"ז

4049 - The presence of lacking should not overshadow or diminish the good we receive from Hashem.

The way to address the lacking is not by giving up but through joy, one can have lots of success. Like a soldier going to war and singing a victory march, which increases the chances of winning the battle.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ד טבת, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון א' דר"ח טבת. זעלבסט פארשטענדליך, אז איך האב ניט געמיינט מיט מיין שרייבען צו אייך, צו אנשרעקען אייך אז איר זאלט ניט שרייבען מער, און אויך ניט וועלען ווייזען אייך, אז אין דער וועלט איז אלץ אין בעסטען ארדענונג און פולקאמנהייט. וואס ביז משיח וועט קומען, איז ניטא קיין פולקאמנהייט אין ענינים הגשמים, ווי עס ווערט ערקלערט אין פילע ערטער אין די הייליקע ספרים.

וואס איך האב באטאנט אין מיין בריף - איז דאס, אז די ענינים אין וועלכע עס איז דא חסרונות דארפען זיי ניט פארדעקן, אויך ניט פארמינערען דעם דאנק צו השם יתברך פאר דעם טייל גוטס וואס יעדער באקומט פון אים אין א גרויסער מאס. און צווייטענס, אז דער וועג צו פאריכטען די חסרונות איז ניט דורך יאוש (אויפגעבען) אדער אפילו נפילת רוח (געמיט נאכלעסונג), ניט נאר וואס דאס העלפט ניט, נאר, אין געגען טייל, דאס מאכט שווערער די ארבעט פון פארריכטען דאס.

דאגעגען אבער ווען מען איז בשמחה (פרייליך אויפגעלייגט) - דענסטמאל קומט אן די עבודת השם יתברך בכלל, און די געזאגטע עבודה (פון פאריכטען) בפרט מיט גרויס הצלחה, ווי מען זעהט דאס אויך פון פּראקטישן לעבען, און ווי עס איז באוואוסט דער ווארט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז א סאלדאט (סאלדזער) ווען ער גייט צום קאמפס פראנט, דארף ער גיין מיט א מארש-געזאנג פרייליך, און דאס פארגרעסערט מער די מעגליכקייט צו באזיגען די מלחמה, און אויב עס איז אזוי אין דער גשמיות'דיקער מלחמה, איז פיל פאכיג מער אזוי אין די ענינים וואס מען וויל אויספירן לויטן ווילען פון בורא עולם, וואס אין דעם איז דאך, סוף כל סוף, דער נצחון פון דאס גוטע געזיכערט, ווי עס ווערט ערקלערט אויספירליך אין מערערע שטעלען אין חסידות.

און איך האף אז איהר וועט אננעמען די אנווייזונג פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע ווי אויבען דערמאנט, צו טאן און זיין בשמחה, פרייליך אויפגעלייגט, און יה"ר אז יעדער זאל האבען פון וואס צו זיין בשמחה.

בברכה לבשורות טובות ולהצלחה בכל האמור.