Letter # 3965

ט"ו כסלו, תשט"ז

3965 - You can continue to write in French, as I personally open the letters and read French.

You have a fine son who will hopefully use his talents to benefit himself and his surroundings. Mazal Tov on your son's wedding. Make sure to continue supporting him, as much as he will gain from the Yeshivah, he will still need your help. Do it with joy.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ט"ו כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון 11/18. און אזוי ווי מיין סעקרעטאר שרייבט ניט קיין פראנצויז, שרייבט מען דעם בריף אין אידיש, און זיכער וועט איר האבען ווער עס זאל פאר אייך איבערלייענען, און זעלבסט פארשטענדליך, אז צו מיר קענט איר אויך אויף ווייטער שרייבען אין פראנצויז, וועלכעס איך לייען און די בריף ווערען געעפענט דורך מיר אליין.

צום ערשטען וויל איך גראטולירען אייך צו האבען אזא פיינעם זון ווי ... שליט"א, וואס חאטש איך קען עם ניט פּערזענליך, אבער אויך פון זיינע בריף איז צו מערקען דאס, און איך האף אז ער וועט האבען פילע מערערע געלעגענהייטען צו אויסניצען זיין באגאבטקייט פאר זיך און אויך פאר דער אומגעבונג אין א גוטען אופן און אין דער פולסטער מאס.

צווייטענס, און דאס איז דער עיקר, באנוצענדיק מיט דער געלעגענהייט, וויל איך ווינשען מזל טוב אייך און אייער מאן - שיחיו - צו דער חתונה פון אייער זון ... שי', וועלכע איז געווען אין א גוטער גליקליכער שעה, מיט זיין באשערטער, און אז זיי ביידע זאלען בויען זייער הויז מיט גליק מאטעריעל און גייסטיג.

בברכת מזל טוב מזל טוב,

מ. שניאורסאהן

נ.ב.

וואס איר שרייבט וועגען דער מאטעריעלער לאגע פון אייער זון, און אז ער וויל ניט נעמען קיין שטיצע פון דער ישיבה, און ניט צו קלענער מאכען דורך דעם די שטיצע וועלכעס קומט די אנדערע חברים, און איר טראכט איבער אז דאס זאל עם ניט מאכען איינגער זיין לאגע, און דעריבער רעכינט איר אז עס איז גלייכער צו איינווירקען אויף עם אין דעם.

זעלבסט פארשטענדליך אז איך וועל ערפילען אייער בקשה און שרייבען וועגען דעם. איך מוז אבער צוגעבען, אז די שטיצע וואס די ישיבה גיט, מוז זי זיך רעכענען ניט נאר מיט דעם יעצטיגען צושטאנד פון דער קאסע נאר אויך מיט די מיטלען וואס זי נויטיגט זיך אין אלגעמיין, און דעריבער ווען ער זאל אפילו נעמען די פולע סומע פון דער ישיבה, וועט דאס ניט גענוגענד זיין. און דעריבער בין איך זיכער, אז איר, אייער מאן און קרובים בכלל, וועלען טאן און העלפען, און טאן דאס מיט א פרייליכער הארץ.