Letter # 3764

י"ב אלול, תשט"ו

3764 - "Blessings for health, livelihood, and peace among all of you."

In many cases, the reason children don't have proper regard for their parents is because the parents were not practicing the laws of Taharas Hamispacha.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ב אלול, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יו"ד אלול.

לויט אייער בקשה וועט מען מזכיר זיין אייך ביידען און אויך אייערע קינדער שיחיו אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צום געזונט און פרנסה און צו שלום צווישען אייך אלעמען.

מען האט געדארפט בודק זיין (אפטשעקין) די מזוזות אין אייער וואהנונג אז אלע זאלען זיין כשר'ה ווי דער דין איז, און אויך בודק זיין אייערע תפילין, און אויך יעדער וואכען טאג פארן דאוונען געבען א פאר סענט אויף צדקה און נאכן דאוונען יעדער טאג זאגען לכל הפחות איין קאפיטל תהלים.

דאס וואס איר שרייבט וועגען דער באציהונג פון די קינדער צו די עלטערן, וועלכע איז ניט ווי געהעריג, דארפמען אויסגעפינען, צי איז דאס ניט ווי אין מערערע פאלען אזעלכע, וואס די עלטערען האבען ניט אפגעהיט טהרת המשפחה זיינער צייט ווען די קינדער זיינען געבארען געווארען, און אויב דאס איז ח"ו דער פאל, דארפען די עלטערען אננעמען א פעסטען באשלוס צו טאן אלעס וואס נאר מעגליך אז זייערע פריינד און באקאנטע זאלען אפהיטען און שטארקען זיך אין דער מצוה, וואס דאס פארריכט אין א געוויסער מאס די גרויסע עבירה וואס די עלטערען האבען געטאן - מיט ניט אפהיטען טהרת המשפחה - געגען זיך און געגען זייערע קינדער. און בפרט אז השם יתברך זעהט אז זיי די עלטערען האבען אויף א אמת חרטה און זעהען צו באווארענען זיך און אויסהיטען אנדערע פון דעם און שטארקן זיי צו גיין בדרך התורה.

אין דעם וואס איר שרייבט אז אייער פרוי גייט אריין די טעג אין האספיטאל אויף אבסערוואציע, הנה יהי רצון אז עס זאל זיין אין א גוטער גליקליכער שעה און עס זאל זיין אלץ בהצלחה, און ביז זי וועט ארויסגיין פון דארטען, זאל זי יעדער וואכען טאג געבען א פּאר סענט אין א צדקה פּושקע, והשם יתברך זאל אייך באגליקען צו אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען געזאגט.

בברכת כתיבה וחתימה טובה.