Letter # 3761

י"א אלול, תשט"ו

3761 - Follow the directives of the doctor, as they act as agents of the Torah to heal.

Instead of denying your body the food it needs through fasting, try denying yourself from other things you desire, such as speaking Loshon Horah and idle talk. This will weaken the Yetzer Horah even more.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

 

ב"ה, י"א אלול, תשט"ו

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ח' אלול אז איר פילט פיל בעסער ויהי רצון אז עס זאל זיין אין גאנצען גוט, און ניט נאר דער דאקטאר זאל האלטען אזוי נאר אויך איר אליין זאלט פילען אזוי. זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף נעמען די וויטאמינען און אויב דער ד"ר גיט אויך א סדר אין עסען און טרינקען דארפמען דאס אויפאלגען, ווארום א גוף פון א אידען איז דאס א הייליקייט און אז די תורה זאגט ורפא ירפא, איז ער דער ד"ר א שליח פון דער תורה אין דעם.

דאס וואס איר שרייבט וועגען תעניתים, האב איך ניט געהערט פון אזא דרך (נאר אין אויסנאמס פאלען). [זעלבסט פארשטענדליך אויסער די תעניתים וועלכע זיינען על פי שולחן ערוך און אויך אז דער דאקטאר זאגט אז עס איז ניטא קיין סכנה]. און עס איז בעסער צו אויסבייטען דעם תענית, מיט אפזאגען זיך פון אנדערע זאכען וואס עס ווילט זיך, ווי ריידין דברים בטלים ומכל שכן לשון הרע און ענליכעס, וואס דאס מאטערט אויס דעם יצר הרע מער ווי א תענית און עס רירט ניט אן אין געזונט פון מענשן, במילא האט מען מער כח אויף צו טאן מצות און צדקה וחסד בפרט, און השי"ת זאל אייך העלפען צו אנזאגען גוטע בשורות אויך אין דעם.

בברכת כתיבה וחתימה טובה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א