Letter # None

יו"ד תמוז, תשט"ו - מוה"ר שלמה שי' פערין

3626

ב"ה, יו"ד תמוז, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר שלמה שי'[1]

שלום וברכה!

איך באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ז' תמוז, און זיכער האט איר צווישענצייט באקומען מיין בריף.

וואס איר דריקט אויס אייער דאנקבארקייט פאר דער איינלאנדונג וכו', איז באוואוסט דער גאר אלטער ווארט, אז ווען צווי אידען באגע[גע]נען זיך אין א אופן ווי על פי תורה, איז פאר די ביידע איז דאך געוויס א טובה, מען דארף אבער זעהען אז פון דעם זאל ארויסקומען א טובה צו נאך אידען אפילו וועלכע זיינען ניט בייגעווען בא דער באגעגעניש, און בפרט ווען דאס וועט צוגעבען אין דער ארבעט צו פארשפּרייטען ליכטיקייט אידישע חסידישע אין דער אומגעבונג ועל אחת כמה וכמה צווישען די נאהענטע, והי' זה שכרי וגם שכרו.

איך בין געווען צופרידען פון דעם גרוס - וואס ווי איר שרייבט - האט איברעגע[גע]בן צו אייערע בני בית, און אין פארבינדונג מיט דעם איז דא בייגעלייגט א קאפּיע פון מיינעם א בריף צו אגודת נשי ובנות חב"ד, וואס זיין אינהאלט איז שייך צו אלע אידישע טעכטער, און דערביער האף [איך] אז אייער פרוי תחי' וועט בא א פּאסיגע געלעגנהייט און אין א פּאסענדער צייט איבערגעבען דעם אינהאלט פון דעם בריף צו אירע באקאנטע, ניט קוקענדיג צי זיי זיינען שוין אנגעשלאסען אין די רייהען פון נשי חב"ד, ווארום זיכער זיינען אויך זיי טעכטער פון אונזערע אמהות שרה רבקה רחל לאה.

בברכת חג הגאולה.

  1. 1 פערין