ב"ה, י"ט ניסן, תשי"ד
ברוקלין.
ברכה ושלום!
עס איז ערהאלטען געווארען אייער בריף אין וועלכען איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם אז איר פילט בעסער און השי"ת זאל העלפען אז איר זאלט זיין צופרידען ניט נאר פון דעם וואס איר זייט יעצט צופרידען נאר אויך פון די זאכען פון וועלכע איר זייט נאך ניט צופרידען וועגען וועלכע איר שרייבט אין אייער בריף און בפרט וועגען אייער ארבעט אין פארשפרייטען אידישקייט.
לויט מיין מיינונג וואלט איר באדארפט זוכען וועגען ווי אזוי צו פארשטארקען אייער קאנטאקט מיט די פרויען, זעלבסט פארשטענדלעך וועגען אויף וועלכע די תורה הק' איז מסכים אויף זיי, און דאס וואס איר דיינקט אז זיי טראכטען אז אייער ניט באטייליגען זיך אין זייערע אפערס איז צוליב דעם וויילע אייך שטייט ניט אן, און ניט צוליב דעם אמת'ן טעם. איז ערשטענס דארפמען זיך ניט רעכענען מיט דעם וואס יענער טראכט אויב מען קען נאר מאכען עם נעהענטער צו אידישקייט און צווייטע[נס] אין א מילדער וועג און מיט שלום קען מען זיי ערקלערן דעם אמת'ן טעם אייערען און האפענטליך אז דאס וועט ווירקען אמווייניגסטען אויף א טייל פרויען אז זיי זאלען נאכטאן אייער ביישפיל אויך אין דעם און השי"ת זאל אייך מצליח [זיין] אין דאס אלעס אויבען דערמאנטע און דאס זאל זיין לויטן פסק פון בעל שם טוב וועלכען ער פלעגט דערמאנען שטענדיג אז "עבדו את ה' בשמחה".
מיט א וואונש צו א כשר'ן און פרייליכן יום טוב פסח.
מפני קדושת המועד לא בא כ"ק אדמו"ר שליט"א על החתום.