Letter # 2194

ז' מנ"א, תשי"ג

2194 - איינריידין א אידן אז מען דארף פארקלענערען די צדקה, וויילע די געשעפטען זיינען ניט ווי פריער

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ז' מנ"א, תשי"ג

ברוקלין. 

שלום וברכה!

הגם איך האב פון אייך אליין ניט באקומען קיינע בריף דאך בין איך צופרידען צו באקומען פון צייט צו צייט גרוסען פון אייך דורך גוטע פריינד און השי"ת זאל אייך העלפען אז איר זאלט שטענדיג קענען אנזאגען גוטע בשורות פון זיך סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות.

איך הער אז עס זיינען פראן געוויסע צווייגען פון מסחר וועלכע גייען ניט יעצט לויט ווי די סוחרים האבען געהאפט. און זיכער אז מען דארף קוקען אויף דעם ווי אויף א טעסט (נסיון) וואס השי"ת וויל פרובען אידען, און חאטש ער ברוך הוא ווייס אז א אידישע הארץ איז שטענדיג אפען און רופט זיך אפ צו תורה ומצות דאך בכדי צופרידענשטעלן בית דין מלאכים וועלכע ווילען ניט גלויבען, אז א איד וועט ביישטיין דעם נסיון (טעסט) ווייזט זי דעריבער השי"ת, זעהט, אז חאטש דער יצר הרע קען איינריידין א אידן אז מען דארף פארקלענערען די צדקה, וויילע די געשעפטען זיינען ניט ווי פריער, דאך זיינען אידען גאנץ קלוג פארשטייען זיי אז דאס וויל מען נאר פרובען זיי און ווען ער וועט ביישטיין דעם נסיון און וועט פארשטיין דעם אמת'ן מיין אין דעם, איז ניט נאר אז דער געשעפט וועט ווערען גוט ווי פריער נאר אדרבה עס וועט ווערען נאך בעסער ווי פריער, וויילע א פאטער האט האלט אז דער זון פארשטייט דעם אמת'ן מיין (כוונה) פון דעם פאטערס מעשים, און וואס מער דער קינד ווייזט ארויס זיין חכמה אין דעם אלץ גרעסער זיינען די מתנות וואס ער באקומט פון פאטער. סוחרים זאגען אז וואס מען איז עלטער פארשטייט מען מער דעם ענין פון מסחר, און דעריבער זייענדיג א לאנגע צייט אין מסחר וועט איר פארשטיין די כוונה פון השי"ת אין דעם אויבען דערמאנטען מצב און אז ווי בא א גוטען אינוועסטמענט צי דאס איז א האטעל אדער ביזנעס, איז ניט נאר וואס מען דארף ניט פארקלענערען דעם טייל פון השי"ת אין דעם נאר אדרבה געבען נאך א גרעסערען אן אקאונט אויף זיין טייל, וואס דענסטמאל איז השי"ת מקיים זיין צוזאג אין דער תורה עשר בשביל שתתעשר צו געבען זיין שותף נאך א מער גרעסערע הכנסה ווי פריער.

איך האף אז אייער געזונט צושטאנד איז בעסער ווי ווען איר זייט געווען אין ניויארק און וועט קענען אויך אנזאגען גוטע בשורות וועגען אייער שוועסטער מרת... תחי'.

בברכה.