Letter # 4212

ט' ניסן, תשט"ז

4212 - You hail from Krementchuk and express concern about your failing memory.

Your lineage from a Chassidic city continues to impact you many years later. When you connect others to Hashem, you receive everything you need from Him. Consider getting involved with the Lubavitch Yeshivah in Melbourne. To help your memory, slowly study Mishnayos and Tanya by heart, but don't strain your brain.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ט' ניסן, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

במענה על מכתבו מכ"ג אדר, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער אפשטאם פון קרעמענטשוג, און אז שוין מערערע יארען געפינט איר זיך אין אויסטראליא, און עס ווייזט זיך אייך אויס אז לעצטענס איז בא אייך אפגעשוואכט געווארען דער זכרון, אבער איר דערמאנט ניט וועגען אייער השתדלות צו פארשטארקען אידישקייט בא זיך בא די קינדער שי' און אויך אין דער אומגעגענד, וואס דאס היינגט אפ איינס אן דאס אנדערע, אז ווען מען שטאמט אפ פון א חסידישען אפשטאם און פון א חסידישער שטאט, איז ווען מען וויל נאר, רופט זיך דאס אפ אפילו אין צענדליגער יארען ארום, מען דארף נאר וועלען אויסניצען דאס אין דער העכסטער מאס, איז ווען איין איד איז זיך משתדל צו פארבינדען דעם אנדער אידען מיט דעם אויבערטשען ברוך הוא, וואס פון עם קומען די ברכות אין אלע ענינים, גיט השם יתברך צו דעם וואס איז זיך משתדל אין דעם, דאס וואס ער נויטיגט זיך.

און לויט מיין מיינונג וואלט איר געדארפט גלייך אויף א פאסענדען אופן אנהויבען טאן אין דעם, נאכן באראטען זיך מיט אנשי שלומנו וועלכע געפינען זיך בא אייך אין שטאט, אויף צו פארשטארקען אידישקייט בכלל און די ישיבה אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש במעלבורן בפרט, וואס געוויס קענט איר טאן א חלק אין דעם אליין און אויך איינווירקען אויף אנדערע טאן אזוי, און דענסטמאל וועט אייער בקשה אין תפלה, חננו מאתך חכמה בינה ודעת, מער אנגענומען ווערען און אזוי אויך די אנדערע זאכען וואס מען בעט טאג טעגליך בא השם יתברך, און בפרט צום זכרון, האט איר געדארפט ביסלעכווייז אויסלערנען אויף אויסווייניג משניות, און אויך תניא, לכל הפחות א פאר פרקים פון די ביידע און זעהען ניט צו איינמאטערן זיך אין דעם אויסלערנען אויף אויסוויניג, דאס הייסט ווען איר זעהט אז דאס פארמאטערט אייך, אפלאזען דאס דערוויילע, און אין א צייט ארום פרובען ווידער, און אויך יעדער וואכען טאג פארן דאוונען אין דער פריה צו געבען אויף צדקה.

עס וואלט געווען א גלייכע זאך, צו געבען בודק זיין אייערע תפילין און אויך די מזוזות פון אייער וואהנונג, אז זיי זאלען זיין כשר'ה ווי דער דין איז, און זעהען צו אפהיטען על כל פנים פון איצטער אן און ווייעטר די דריי שיעורים השוים לכל נפש מתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אין חומש תהלים ותניא, הידועים.

בברכה לבשר טוב בכל האמור ולחג פסח כשר ושמח.