Letter # 4182

כ"ה אדר, התשט"ז - טשערלייט... פאר ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל

Divinely timed in Nisan, the Yeshivah's dinner ensures our spiritual redemption through its students

During these times of apathy and ignorance, the students of Tomchei Temimim stand out with their devotion and responsibility to the community.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ה אדר, התשט"ז

ברוקלין, נ.י.

צו די טשערלייט, עסקנים און אנטיילנעמער אין דער 14-יעריקער קאמפיין אונטערנעמונג פאר ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דער יערלעכער דינער-אונטערנעמונג וואס דארף פארקומען אי"ה דינסטאג, ראש-חודש ניסן, דער חודש פון דעם יום-טוב פון אונזער באפרייאונג - זמן חירותנו, וואס איז אזוי ענג פארבונדן מיט זמן מתן תורתנו.

יעדע פאסירונג איז דאך בהשגחה פרטית, בפרט א תורה-אונטערנעמונג פאר אזא וויכטיקן מוסד ווי די ליובאוויטשער ישיבה אין מאנטרעאל. האף איך, אז די שעה וועט צוגעבן א ספעציעלע באדייטונג צו דער אונטערנעמונג, וואס איז שוין פאר זיך אליין אויך אזוי העכסט וויכטיק.

אין אונזערע צייטן, ווען תורה-אידישקייט בכלל געפינט זיך איינגעצוימט פון פארשידענע "מצרים און גבולים" (באשרענקונגען און באגרענצונגען) - גלייכגילטיקייט און אומוויסנהייט פון איין זייט, פאלשע אידייען און מיינונגען פון דער צווייטער - שאפט די ישיבה תומכי-תמימים ליובאוויטש ניט נאר א "גושן" אין מצרים, נאר זי איז אויך א זיכערע צוגרייטונג צו דער באפרייאונג פון דעם גייסטיקן "גלות מצרים" פון אונזער צייט.

די ליובאוויטשער ישיבה, מיט איר ספעציפישן כאראקטער פון איינפלאנצן און דורכדרינגען די תלמידים מיט דעם גייסט פון מסירות-נפש פאר תורה און אידישקייט און מיט א טיפער פאראנטווארטלעכקייט פאר דער סביבה ארום, סיי ווען זיי זיינען נאך אין דער ישיבה און ספעציעל ווען זיי גייען ארויס אין לעבן - איז א ג-טלעכע ברכה פאר א שטאט.

איך האף, אז מאנטרעאלער אידן בכלל, און די עסקנים און אונטערשטיצער פון דער ישיבה בפרט, וועלן ריכטיק אפשאצן זייער גרויסע פליכט און אויסערגעוויינלעכן זכות צו האבן א חלק אין דער ישיבה תומכי-תמימים ליובאוויטש, און וועלן פיל-פאך פארגרעסערן זייערע באמיאונגען און שטיצע, צו געבן דער ישיבה - זייער ישיבה - די מעגלעכקייט ניט נאר אנצוהאלטן יאר עקזיסטענץ, נאר אויך וואקסן און אנטוויקלען זיך, ווי יעדע לעבעדיקע זאך, און ווי חז"ל האבן פארארדנט: מעלין בקודש.

זאל יעדער איינער טאן אין דעם מיט דער פאסנדער איבערגעבענהייט און ענערגיע, וועט די אונטערנעמונג זיכער זיין מיט הצלחה, און וועט ברענגען ברכה והצלחה יעדן איינעם ובני-ביתו שיחיו אין וואס זיי נויטיקן זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכה,

מ. שניאורסאהן