Letter # 4131

כ"ד שבט, התשט"ז - צו אלע פריינט פון חינוך הכשר, און די אנטיילנעמער אין דער יערלעכער חגיגה פון "בית שרה" בפרט

The Parsha describing the Mishkan's construction emphasizes the vital role of Jewish women.

The women were the first to contribute to the Mishkan, and they refused to participate in the golden calf. In our times of confusion, it is most essential for Jewish girls to receive an authentic Jewish education so they can set the tone and direction of their homes and the Jewish people.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ד שבט, התשט"ז

ברוקלין, נ.י.

צו אלע פריינט פון חינוך הכשר, און די אנטיילנעמער אין דער יערלעכער חגיגה פון "בית שרה" בפרט
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די יערלעכע חגיגה פון די "בית-שרה" סקולס, וואס דארף פארקומען בע"ה זונטאג א' דראש-חדש אדר, קומט אויס אין דער וואך פון דער סדרה תרומה, וואו עס ווערט דערציילט וועגן דעם בויען פון משכן און מקדש. דאס דארף דערמאנען און אונטערשטרייכען די וויכטיקייט פון דער אידישער פרוי און טאכטער אין אלע פרטים פונם אידישען לעבן - אלס טאן-געבערין און וועג-ווייזערין.

ווארום, ווי די תורה דערציילט, זיינען די פרויען געווען די ערשטע צו נעמען א חלק אין בויען דעם הייליקען ארט פאר דער ג-טלעכער שכינה, און זיי האבן זיך אנטזאגט צו נעמען א חלק אין דעם גאלדענעם עגל, וואס איז געווען דער היפך דערפון.

א אידישע טאכטער, דורך דער ריכטיקער ערציאונג ברוח התורה, פילט מיט אן אינערלעכן ג-ט געבענטשטן חוש, וואס איז הייליק און דארף געשטיצט ווערן, און וואס עס איז שעדלעך און דארף דערווייטערט ווערן פון אידישן לעבען.

און אין דער איצטיקער צייט, ווען גוט און שלעכטס, ליכט און פינסטערניש, ווערן אפט פארטוישט, איז, נאך מער ווי אלעמאל, א לעאבנס-נויטווענדיקייט, אז די אידישע טאכטער זאל באקומען א תורה-חינוך על-טהרת-הקדש, כדי זי זאל קענען פארנעמען איר ריכטיקן ארט אלס עקרת-הבית, וואס אין אירע הענט, אין א גרויסער מאס, ליגט די צוקונפט פון בית ישראל.

אין די "בית שרה" סקולס ווערן אידישע טעכטער צוגעגרייט גאר פון דער פריסטער יוגנט אנצוהאלטן די מסורה (טראדיציע) פון אונזערע מוטערס שרה, רבקה, רחל און לאה, און די אלע דורות פון טרייע אידישע מוטערס וועלכע האבן געהיט און אפגעהיט די יסודות פון דער אידישער היים און דעם אידישען לעבן.

איך ווענדע זיך דעריבער מיט א קריאה של התעוררות צו אלעמען וועלכע האלטן טייער אידן און אמת'ע אידישקייט - וואס איינע אן די צווייטע קען ניט עקזעסטירען - און שאצן אפ די וויכטיקייט פון חינוך הבנות על-טהרת-הקדש, און צו אנ"ש בפרט, צו שטיצן די "בית שרה" סקולס, וועלכע זיינען געגרינדעט געווארען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און העלפען שאפן די פינאנציעלע מיטלען וועלכע זיינען נויטיק אויף אויפצוהאלטען די דאזיקע מוסדות און דערמעגלעכן זייער אויסברייטונג.

און דער זכות פון שטארקן דעם חינוך בנות ישראל ברוח ישראל סבא וועט זיכער ביישטיין די שטיצער און מיטהעלפער, אז השם יתברך זאל זיי העלפן אין אלעס וואס זיי נויטיקן זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכת כל טוב.

מ. שניאורסאהן