Letter # 3994

חנוכה, נר חמישי, תשט"ז - צו אלע פארזאמעלטע און אנטיילנעמער אין דער יערלעכער ארצות-הברית חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש

3994 - Message from the Rebbe to the annual dinner of the Central Lubavitch Yeshivah:

The Chanukah story teaches us that even in a holy place like the Temple, while outwardly it remains intact, it is possible to defile it. The only way to combat this is through self-sacrifice. The unique quality of the students of the Lubavitch Yeshivah is their mesiras nefesh, not just for themselves but also for others.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, חנוכה, נר חמישי, תשט"ז

ברוקלין.

צו אלע פארזאמעלטע און אנטיילנעמער אין דער יערלעכער ארצות-הברית חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער יערלעכער חגיגה, ג' טבת ה'תשט"ז. שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די עסקני הישיבה און אלע פארזאמעלטע, וואס זיינען געקומען אנטייל נעמען אין דער יערלעכער תורה-פייערונג פון מרכז הישיבות "תומכי- תמימים" אין אמעריקא.

אזוי ווי די חגיגה קומט פאר אויף מארגען נאך חנוכה, ווען די השפעה פון דעם ליכטיקן יום-טוב איז פריש בא יעדן אין זכרון און וועט זיכער באלייכטן דעם טאג-טעגלעכן לעבן א גאנץ יאר, וויל איך אונטערשטרייכן א פּאר עקריות'דיקע נקודות פון חנוכה.

חנוכה דערמאנט אונז אז אפילו אזא זאך ווי דער בית-המקדש, דער הייליקסטער ארט פון השראת השכינה, קען אויך, אונטער געוויסע אומשטענדן, ווערן פאראומרייניקט, כאטש אויסערלעך בלייבט ער גאנץ.

אין אזא פאל, לערנט אונז חנוכה, קען מען מטהר זיין דעם בית-המקדש בלויז דורך פולשטענדיקער מסירות-נפש: דורך אן אפענעם און דרייסטן ווידערשטאנד קעגן די כוחות פון פינסטערניש און טומאה, ניט אריינלאזנדיק זיך אין חשבונות ווער זיינען די "גבורים", די "רבים" וכו'.

די הוראה דערפון, בימינו אלה, איז קלאר. רז"ל זאגען: משחרב בית-המקדש אין לו להקב"ה בעולמו אלא ד' אמות של הלכה, א ישיבה איז דער הייליקסטער ארט פון השראת השכינה. דארף מען באווארענען, אז דער לימוד התורה זאל זיין על טהרת-הקדש, ביראת ה' טהורה, וואס אין היינטיקע צייטן, מער ווי אלעמאל, פאדערט עס מסירות-נפש.

אט דער גייסט פון מסירות-נפש און לימוד התורה ביראת-שמים דרינגט דורך די ליובאוויטשער ישיבות, און מסירות נפש ניט נאר אין די ד' אמות פון דער ישיבה און ניט נאר פאר זיך, נאר אויך חוץ דער ישיבה און אויך פאר דעם צווייטן, פאר דעם נאענטן און ווייטן, וואס דאס איז פון די ספּעציפישע שטריכן פון די ליובאוויטשער ישיבות, וואס איז אין זיי איינגעפלאנצט געווארען פון דעם ערשטן טאג פון זיער גרינדונג דורך כ"ק אדמו"ר נ"ע און זיין זון כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. די תלמידים פון די ליובאוויטשער ישיבות ווערען געלערענט צו זיין די חשמונאים פון אונזער דור, די מסירות-נפש'דיקע און אונערמידלעכע קעמפער פאר תורה-אידישקייט על טהרת-הקדש אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט.

איז פארשטענדליך דער גרויסער זכות פון די אלע וועלכע נעמען א חלק אין דער אונטערשטיצונג און אויסברייטונג פון די ליובאוויטשער ישיבות. און אין דעם גייסט פון חנוכה דארף די דאזיקע אונטערשטיצונג זיין בגופם ובממונם, און מוסיף והולך,

כדי צו דערמעגלעכן די ליובאוויטשער ישיבות צו זיין מוסיף והולך אין פארשפּרייטן דעם נר מצוה ותורה אור ומאור שבתורה פון דער ישיבה אין גאס און פון דער היים אין דער גאנצער סביבה.

ובזכות זה וועט אויך השי"ת מוסיף והולך זיין בשפע ברכה והצלחה, יעדן איינען ובני ביתו - שיחיו - בגשמיות וברוחניות.

בברכת טוב,

מנחם שניאורסאהן