Letter # 3944

ט' כסלו, תשט"ז

3944 - Procreation is a mostt important mitzvah. Trust Hashem that he will help you to fulfill it.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x


ב"ה, ט' כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון 10/11.

לויט אייער בקשה וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג צום גוטען. און אזוי ווי דאס האבען קינדער איז איינע פון די וויכטיגסטע מצות וואס השם יתברך האט אנגעזאגט צו יעדער איינעם פון אידישע קינדער, דארפמען זיין שטארק אין בטחון אין דעם נותן התורה אז ער וועט העלפען אויך אז מען זאל קענען מקיים זיין די מצוה ווי ער ברוך הוא וויל. זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף אויך טאן בדרך הטבע לויט די אנווייזונג פון א דאקטאר ספּעציאליסט אויף דעם געביט, אבער גלייכצייטיג מיט דעם האבען בטחון אז השם יתברך דער רופא כל בשר ומפליא לעשות וועט אין דעם העלפען, און איר וועט קענען אין דער פּאסענדער צייט און אין א גוטער שעה אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.

זיכער נעמט איר איינטייל אין דער ארבעט פון נשי חב"ד אין ... אויף א פּאסענדען אופן, וואס דורך דעם ערפילט מען דעם רצון פון נשיאנו הק' - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און דורך דעם ווערט געמערט די ברכה פון השם יתברך.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר