Letter # 3915

אדר"ח כסלו, תשט"ז - מר א. פרידריך שי''

3915 - Encouraging you to expand women's classes for enhancing children's Judaic education.

Even if children follow the Torah, they often lack knowledge of many laws and customs. Mothers, too, may not have answers to many questions their children ask.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, אדר"ח כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מר א. פרידריך שי'

שלום וברכה!

עס וואונדערט מיר וואס שוין א ליינגערע צייט אז איך האב ניט באקומען פון אייך קיינע ידיעות, און אויב לויטן אנגענומענעם מנהג, איז דאס א סימן אז אלעס איז בסדר ובשלום, און במילא איז ניטא וואס צו שרייבען, איז דאס אבער אלץ בנוגע ענינים פרטים, אבער בנוגע צו עניני הכלל איז לויט פסק רז"ל דארף זיין מעלין בקדש, במילא איז שטענדיג דא וואס צו שרייבען וועגען די נייע צוגעקומענע זאכען.

און בפרט איצטער אז מיר זיינען ניט לאנג אריין אין דעם נייעם יאר, און מען דארף פון דאס ניי איינשטעלען אלע סדרים און קביעות פון לערנען, און דער וואס השם יתברך האט עם געגעבען א כשרון צו קענען משפיע זיין אויף דעם צווייטען, איז דאס פון זיינע הויפּט אויפגאבען עיקרים ונפשיים.

און בפרט וויל איך מעורר זיין אייך צו פארטזעצען און פארגרעסערען אייערע פארלעזונגען פאר די פרויען, וואס דורך דעם שטארקט מען און מען ווירקט איין צו אויסבעסערען זייער פאמיליען ביהדות בכלל און אויף די ערציהונג פון קינדער זין און טעכטער בפרט, און ווען אפילו די קינדער פירען זיך אויף תורה'דיק, איז אבער ליידער פעלט ברובא דרובא דער וויסען וועגען פילע דינים ומנהגים, און עס פעלט אויך די מוטערס דער וויסען צו קענען ענטפערן אויף פילע פראגען פון קינדער וועלכע ווערען ערוועקט בא קינדער דורך חברים און דורך פערשידענע אנדערע סיבות מסיבות שונות.

די רז"ל האבען שוין אויך געזאגט אז אין מזרזין אלא למזורזין, און דעריבער האף איך צו באקומען פון אייך גוטע בשורות פון דער ענטוויקלונג פון דעם ענין און אויך פון די אנדערע ענינים. און השם יתברך וועט געוויס געבען זיין באלוינונג וועלכע איז מדה כנגד מדה, אבער פילפאכיג מער - א תוספת נר מצוה תורה אור ומאור שבתורה זוהי פנימיות התורה, אין אייער אייגענער משפחה וגם הוא עצמו בכלל.

המחכה לבשו"ט.