Letter # 3913

אדר"ח כסלו, תשט"ז

3913 - Give to the charity box daily, even if you can contribute the same amount at once.

One needs to train themselves to give tzedakah daily, just as they allocate daily expenses for personal wishes and needs. Similarly, prayers are sought every day, not just once in several days.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, אדר"ח כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון 11/8 מיט דאס בייגעלייגטע, אין וועלכען איר שרייבט אויך אז מרת ... האט אייך געזאגט, אז אריינווארפן אלע טאג אין א צדקה באקס, ווייס זי ניט אויב זי וועט דאס קענען אויספילן.

איר דארפט איר ערקלערען, אז מען מיינט ניט מיט דעם אז זי זאל געבן מער וויפל איר מעגלעכקייט איז, נאר אז דאס וואס זי גיט איז אנשטאט צו געבן דאס מיט איין מאל, זאל זי געבן דאס צו ביסלעך יעדער טאג. איז כאטש פאר דער צדקה קאסע איז קיין אונטערשייד צי זי גיט מיט איין מאל אדער זי גיט דאס אין מערערע מאל, אבער פאר דעם מענטשן וואס גיט די צדקה - איז יא א גרויסער אונטערשייד, ווייל מען דארף זיך איינגעוואוינען צו געבן צדקה יעדער טאג. אט אזוי ווי א מענטש מאכט אויסגאבן אויף זיינע זאכן וואס ער דארף און וויל אלע טאג, אזוי דארף מען אויך אלע טאג מאכן אויסגאבן אויף די זאכן וואס השם יתברך וויל און הייסט געבן, וואס דאס איז די זאך פון געבן צדקה. און וואס עס איז נאך בעסער - אז השם יתברך זאל דורך דעם יעדער טאג צוהערן די תפילות ובקשות פון דעם מענטשן, און צו השם יתברך דארף מען דאך אנקומען יעדער טאג, און ניט נאר איין מאל אין פילע טעג. און זיכער וועט איר געפינען די פּאסנדע ווערטער ווי צו ערקלערן איר דאס, אז צדקה - וויפל דאס זאל ניט זיין, מער אדער וויניקער - דארף מען געבן יעדער טאג - (זעלבסטפארשטענדלעך, אויסער די טעג וועלכע מען טאר ניט האלטן קיין געלט, שבת און יום טוב) - און דאנק אייך פאר אייער טרחה אין דעם.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר