Letter # 3894

כ"ב מ"ח, תשט"ז

3894 -This year, I'm less excited about teaching because the students aren't as capable as last year

On the contrary, the matter requires even more enthusiasm and greater willingness to invest in educating the students.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ב מ"ח, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון י"ד חשון, אין וועלכען דו שרייבסט אז דעם יאר אינטערסירסט זיך ניט אזוי ווי פאריגען יאר אין דעם לערנען מיט די תלמידות פון דער כתה, צוליב דעם וויילע זיי האבען ניט אזעלכע פעהיגקייטען צו אויפנעמען דעם לערנען אזוי ווי די פריערדיקע כתה.

והנה, עס איז פארשטענדליך אז אדרבה, דער ענין דארף צוגעבען נאך מער חשק און מער ווי געוויינליכען אינעטרעס צו אוועקשטעלען די תלמידות אויף דער געהעריקער הויך, כי הרי זה כל האדם לתקן חלקו בעולם, אין איינקלאנג מיט זיינע כשרונות וועלכע השם יתברך האט אים געשאנקען, בפרט א כשרון אין חינוך און השפעה אויף יוגענט, איז דאס דאך דער תכלית פון זיין באשאפונג צו מערען ליכטיגקייט אין וועלט דורך פארשפרייטען נר מצוה תורה אור, ולפום צערא אגרא, אז דוקא אזעלכע תלמידות וואס זייערע כשרונות זיינען ניט אזוי ענטוויקעלט, זיינען זיי דער חלק היפה צו ערפילען מיט זיי דעם רצון הבורא ומדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה אלא שכמה פעמים ככה, אז ווען מען ערפילט דעם רצון פון השם יתברך, חאטש דער יצר הרע פּרובירט איינריידין אז דאס איז א שווערע זאך, איז דענסטמאל הקב"ה טוט דעם רצון האדם צו ערפילען זיינע גוטע האַרץ פארלאנגען.

ויהי רצון אז מיט א צוגאב כח און לעבעדיקייט זאלסט דו זיך אינטערעסירע אין דער פארבעסערונג פון דעם מצב הכתה און זי זאל שטייגען מדרגא לדרגא און זאלסט זעהן פרי טוב אין דיין ארבעט, ומצוה גוררת מצוה אז דו זאלסט קענען אנזאגען בקרוב אז די תלמידות זיינען עושות חיל, און אז השם יתברך האט דיר געמאכט געפינען דיין גוטען זיווג פאר דיר, גוט בגשמיות און גוט ברוחניות גם יחד.

בברכה לבשו"ט בכבוד.