Letter # 3888

י"ז חשון, תשט"ז - מרת שולע שפרה תחי' קצנלנבויגן

3888 - Continue with effort to bring Cholov Yisrael to your community.

Additionally, this will sanctify God's name, as this matter was neglected until now, and the daughters and women of Chabad have rectified it.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ז חשון, תשט"ז

ברוקלין.

מרת שולע שפרה תחי'[1]

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון י"א חשון, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער השתדלות בנוגע צו חלב ישראל, און די פערשידענע מעגליכקייטען וועלכע זיינען פראן אין דעם, און השם יתברך זאל העלפען אז איר זאלט ניט אפּגעשוואכט ווערען אין דער ארבעט און דענסטמאל וועט דאס זיין בהצלחה, ווי עס איז פארזיכערט געווארען חסידים ואנ"ש אז אין יעדער ענין פון תורה יראת שמים ומדות טובות וועלען זיי מצליח זיין (קיצורים והערות לתניא סוף עמוד קכ"ב).

און בפרט אין דעם ענין, וואס אויסער די עצם זאך אליין וועט דאס זיין אויך א קידוש השם, אז ביז איצטער איז די גאנצע זאך געווען פארלאזען און די נשי ובנות חב"ד האט זיך איינגעגעבען צו מאכען דעם תיקון דעם גרויסען, און דער זכות זאל אייך ביישטיין, און די אלע וואס טוען אין דעם, אין דעם וואס זיי באדארפן בגשמיות וברוחניות.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר

  1. 1 קצנלנבויגן