Letter # 3797

כ"ה אלול, תשט"ו

3797

ב"ה, כ"ה אלול, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א לאנגען איבעררייס בין איך צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ' אלול, אין וועלכען איר שרייבט אייער אראפגעפאלענקייט אין ענינים פון אהבה ויראה. - איז באוואוסט וואס עס שרייבט דער אלטער רבי אין תניא פרק ל"א, ובזה יפטר מהעצבות כו' ואחר כך יבוא לידי שמחה אמיתית כו' ותיקר נפשו בעיניו לשמוח בשמחתה יותר וכו'. און בפרט אז מען טראכט זיך אריין אין דעם וואס עס שטייט דארטן אין פרק ל"ג אפילו ניט מער ווי פירוש המלות כפשוטו, איז אויך גענוגענד צוקומען צו דעם מצב, אז תחי' נפשו בשמחה רבה זו והיא שמחה כפולה ומכופלת עיין שם. און בפרטי פרטיות אז מען דערמאנט זיך וואס מען דארף אויפטאן אין די ענינים פון תורה ומצות בנוגע צו זיך און פאר דער סביבה, איז אויסער דעם וואס עס בלייבט ניט קיין צייט אויף עצבות איז דאך פארשטאנדיק אז די עצבות שטערט צו דער עבודה, ווי עס ווערט מבואר אין תניא פרק כ"ו ובכמה מקומות. און עס איז באוואוסט דער ווארט פון די רביים וואס מיר האבען געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אז פון תניא קען יעדער איד עפעס ארויסנעמען (חאטש אפילו אנדערע נעמען טיפער, און אנדערע נעמען ניט טיפער איז אויך אויף זיי געזאגט געווארען דער פסוק קרוב אליך הדבר מאד). און השי"ת זאל העלפען איר זאלט זיך איבערשטעלען אויף דעם וועג פון עבדו את ה' בשמחה אוו אויפטאן אויפן ארט אין דעם זין והשי"ת יצליחו.

ולקראת השנה החדשה הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה הנני בזה להביע ברכתי לו ולכל אשר לו, ברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

בברכה לבשו"ט.