Letter # 3738

א' אלול, תשט"ו

3738 -Before leading services, the Chazan should review at least the literal meaning of the prayers.

Certainly, the Chazan should know the laws of prayers, especially those that apply to the Chazan.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, א' אלול, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

... לויט ווי איר שרייבט אז איר דאווענט פארן עמוד, ווייסט איר מסתמא דעם מנהג פון פילע יארען אין דעם, אז אייניגע טעג פארן דאוונען פאר דעם צבור, איבערקוקען אלע תפלות או פיוטים, צו וויסען לכל הפחות דעם פירוש המלות כפשוטו, אזוי דארף מען טאן א גאנץ יאר צו איבער'חזר'ן אויך דאס וואס מען ווייס שוין, או זעלבסט פארשטענדליך צו וויסען פון די דיני התפלה בכלל, און דאס וואס איז נוגע צו דעם וואס דאווענט פארן עמוד בפרט, והשם יתברך זאל אייך מצליח זיין בכל האמור לעיל.

בברכת כתיבה וחתימה טובה.