Letter # None

ט"ז סיון, ה'תשט"ו

3558b

ב"ה, ט"ז סיון, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאכן לאנגען שווייגען בין איך געווען צופרידן צו באקומען אייער בריף פון א' בהעלותך, חאטש איר האט געדארפט זיין פרייליכער, ווארום איר באקלאגט זיך נאר אויך דעם וואס לפי החשבון זיינען די גשמיות'דיקע חובות געווארען גרעסער מיט א פּאר הונדערט דאללאר, וואס פון דעם נעם איך ארויס אז געוזנט און ענליכעס איז בסדר, איז אויב אזוי, וויבאלד אז דאס איז מער ניט ווי א צייטווייליגע זאך אויך א קורצער צייט און עס איז נאר [א] פראגע פון א פּאר הונדערט דאללאר, איז ניט ווערט, צו זיין ניט פרייליך, און בפרט אז איר האט געהאט א שמחה אז אייער טאכטער ... און איר מאן האבען געפּראוועט דעם פדיון הבן פון זייער זון ... שליט"א. פון דער אנדער זייט, ווידער וואונדערט מיך דאס ניט אזויפיל וואס איר טראכט איבער אזויפיל וועגען דעם חוב פון א פּאר הונדערט דאללאר, און די סיבה אויף דעם איז וואס איר זייט ניט אפט בא [א] חסידישע התועדות, וועלכע פרישען אפּ דעם נפש אלקית און העלפען דעם מענטשן אויפהויבען זיך העכער פון דעם טאג טעגליכען לעבען, און אויב אפילו דער רושם פון דער התועדות זעהט מען בגלוי נאר אויף א וויילע, אבער אינוועניג פילט מען דאס א ליינגערע צייט, ווי מען געפינט דאס אויס בא פערשידענע געלעגענהייטען.

נוגע צו דער עצם זאך פון דעם חוב; איז פראן די עצה וואס די רז"ל זאגען, מלח ממון חסר, אז ווען מען פילט א חסרון אין געלט, דארפמען אנהויבען צו געבען מער צדקה, און דאס העלפט צו האבען א הוספה אין פרנסה, און ווי השי"ת האט מבטיח געווען, עשר בשביל שתתעשר, און ניט שטענדיג דארף זיין די וועג, צו מאנען פון השי"ת אז ער זאל גלויבן און געבען הוספה אין פרנסה, און דערנאך זאל דער מענש דארפ[ן] זיין א עומד בנסיון, און מען מעג טאן די אנדער וועג צו אנהויבען געבען מער צדקה פריער און זיין זיכער אז הקב"ה וועט מקיים זיין הבטחתו, און השי"ת זאל אייך מצליח זיין צו געבען א פולע צדקה מיט א פרייליכער האַרץ, און אפּהיטען צו זאגען תהלים אלע טאג - דעם שיעור תהלים ווי ער איז פארטיילט אויך די טעג פון חדש - נאכן דאוונען און נעמען איינטייל אין די שיעורים וואס ווערען געלערענט ברבים, וואס דאס וועט צואיילן בשורות טובות בכל הנ"ל.

בברכה.