Letter # 3418

כ"ו ניסן, תשט"ו - מוה"ר מרדכי שי'

3418

ב"ה, כ"ו ניסן, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר מרדכי שי'[1]

שלום וברכה!

נאכן ליינגערען איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו לייענען אייער בריף פון 5/4 מיט די בייגעלייגטע אויסשניטע און פאָטאָס, און מיט פרייד האב איך געלייענט וועגען דער הצלחה פון דעם חנוכת הבית פון דער ישיבה, וואס פון דעם קען מען זיך איבערצייגען נאך אמאל און ווידער אמאל אז דאס אידישע הארץ איז שטענדיג וואַך (ער) צו תורה ומצות, אויב מען גייט נאר צו מיט די פּאסיקע ווערטער און אויף א פּאסענדען אופן, און דאס וועט זיכער צוגעבן מוט צו די אלע וועלכע האבען זיך באטייליגט אין דעם חנוכת הבית און צוגרייטונג צו טאן אויף ווייטער אין דעם מיט נאך א גרעסערער מאס און מיט מער כחות, וואס דאס וועט אויך זיכער צוגעבען און פארגרעסערען די ברכות פון השם יתברך און הצלחה אין דעם, און בפרט אז די ישיבה איז א ענין וואס רירט אן א רבים און זכות הרבים תלוי בהם.

און איך האף אז עס איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען די אלע מיטהעלפער און טוער פון דער ישיבה, אז מען דארף זיך איסהיטען פון יעדער זאך וועלכע קען אויסגעטייטשט ווערין אלס פּארטייאיש (מפלגתית) אויב די פּארטיי זאל אפילו געפונען ווערן פּאסיג צו א טייל פון די טוער, בכדי ניט געבען קיינע אפּשוואכונג אפילו אין דער קלענסטער מאס דעם איבערטרעטין פון די שוועלען פון דער ישיבה פאר אלע אידען וועלכע האלטען תורה ומצות אן אונטערשייד פון פּארטיי אנגעהעריגקייט, און דאס איז אין אלע צייטען געווען דער גרונד פון דער הצלחה פון דער ארבעט פון ליובאוויטש אין פערשידענע מדינות און אין פערשידענע צייטען, צו טאן די ארבעט שטריינג אומפּארטייאיש, איך האף אז אויך איר וועט איינשטימען מיט מיר אין דאס איבען געזאגטע און דאס וועט אויך געבען גענוג שטאף (חומר) צו זעהען אפּהיטען דעם פארנעם און ארבעט פון דער ישיבה, אזוי אז קיינער זאל ניט קענען זאגען, אז זי געהערט אן צו איין פּארטיי מער ווי צו אנדערע.

לויט אייער בקשה וועל איך מזכיר זיין אייך און אלע אייערע בני בית וועגען וועלכע איר שרייבט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און דער זכות פון אייער ארבעט לטובת דעם מוסד הקדוש אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש, וועלכער ווערט אנגערופען אויף זיין נאמען, וועט געוויס אייך אלעמען ביישטיין אז מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זאל מעורר זיין ר"ר אויף יעדערען פון אייך צו דעם וואס יעדער באדארף בגשמיות וברוחניות.

בברכה צו געזונט און צו בשורות טובות.

  1. 1 ריטש, מלבורן.