ז אדר ב
אַז מעֶן געֶהְט אִין גאַס דאַרְף מעֶן טְראַכטעֶן דִּבְרֵי תוֹרָה צִי אִין מַחֲשָׁבָה צִי אִין דִּבּוּר, דאָס וועֶנְדט זִיך, צִי מעֶן מעֶג ע"פ דִין רֵיידען דאָרְטעֶן דִּבְרֵי תוֹרָה.
אָבּעֶר אַז עֶר געֶהט אוּן אִיז נִיט פאַרְנוּמעֶן אִין דִּבְרֵי תּוֹרָה, זאָגט אִים דעֶר שְׁטֵיין אוֹיף וועֶמעֶן עֶר טְרעֶט: בּוּלאַך (גּוֹלָם) וואָס טְרעֶסְטוּ אוֹיף מִיר? מִיט וואָס בִּיסְטוּ העֶכעֶר פוּן מִיר?