Letter # 2080

י"ג ניסן, תשי"ג

2080 - איר האט באדארפט איינשאפען זיך דעם ספר "מחנה ישראל" פון דעם חפץ חיים און דארטען ווערען באהאנדע

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ג ניסן, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון ה' שבט, כ"ה אדר, ר"ח, ו' ניסן און איך בין געווען צופרידען, אז איר זעהט בעיני בשר השגחה פרטית מהשם יתברך, און השם יתברך זאל און וועט אייך מצליח זיין און וועט אייך היטען אין יעדער ארט וואו איר וועט זיין, און אז איר זאלט קענען צו באלייכטען מיט נר מצוה ותורה אור, און זאל העלפען צו משפיע זיין אויף אייער סביבה אין דער ריכטונג, און האפענטליך האט איר געפונען נאך אידען אין אייער סביבה און וועט געפינען א פאסענדע געלעגענהייט צו ריידין מיט זיי אין דעם זין. און דאס וועט זיין א צנור וכלים אויף ברכה והצלחה אין אייערע ענינים הפרטים.

בייגעלייגט איז דא א קאפיע פון מיינעם א מעסעדזש צו פסח, וואס זיכער וועט איר דאס אויסניצען ארום זיך.

בברכה לחג הפסח כשר ושמח, המחכה לבשורות טובות.

וועגען אייער פראגע וועגען די מאכלים בנוגע צו פסח, איז לויט ווי איך זעה די צייט וואס אייער בריף איז געגאנגען, וועט שוין סיי ווי זיין נאך דער צייט, ביז מיין בריף וועט אנקומען צו אייך.

בנוגע אייער שאלה וועגען תפילין, מעגט איר האלטען בא זיך סיי רש"י'ס אין סיי רבינו תם'ס תפילין, נאר עס איז גלייכער אז אחוץ דעם תפילין זעקעל, זאלן זיין איינ[ג] עווי[ק]לט אין נאך עפעס.

וועגען אייער שאלה, צי מעגט איר טראגען שבת די געווער אדער דעם העלמעט איז ווען מען הייסט אייך גיין אין אטאקע אדער ווען מען באפאלט אייך, האבען שוין רבני ישראל פון לאנג מתיר געווען, דאס און בכלל אלע ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט סכנה אין דער צייט פון מלחמה, איר האט באדארפט איינשאפען זיך דעם ספר "מחנה ישראל" פון דעם חפץ חיים און דארטען ווערען באהאנדעלט די פערשידענע שאלות וועלכע זיינען נוגע צו זעלנער, און השי"ת זאל אייך היטען וואו איר וועט זיין און זאלט קומען גאנץ און געזונט אהיים בעתו ובזמנו.