Letter # 2075

י"א ניסן, ה'תשי"ג - ארגון נשי ובנות חב"ד בסניף

2075 -צו אויסניצען די טעג פון פסח בנוגע צו אייער הייליקער ארבעט צו פארשטארקן אידישקייט ותורה בכלל

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"א ניסן, ה'תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

ארגון נשי ובנות חב"ד בסניף[1]... ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום רב!

אין צוזאמענהאנג מיט די פסח טעג הבאים עלינו ועל כל ישראל לטובה, וויל איך ווינשען אייך אלעמען און יעדערע פון אייך בפרט מיט אלע אייערע בני בית שיחיו, א כשר'ן פרייליכען פסח בכל הפרטים.

זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכן אייך, אויף צו אויסניצען די טעג פון פסח בנוגע צו אייער הייליקער ארבעט צו פארשטארקן אידישקייט ותורה בכלל, און תורת החסידות מנהגי' והדרכותי' בפרט, און השם יתברך וועט זיכער מצליח זיין אייך, ווי עס איז באוואוסט דעם מאמר רבותינו זכרונם לברכה: אין זכות פון נשים צדקניות איז געווען יציאת מצרים, און אזוי איז אויך יעצט, אין דער גאולה העתידה פון אונזער גלות, די אמת'ע גאולה דורך משיח צדקנו.

בברכה לחג הפסח כשר ושמח.

נ.ב. בייגעלייגט איז דא א קאפיע פון מיין מכתב הכללי. וועלכער וועט אייך זיכער אינטערעסירען און וועט זיכער אויך בריינגען נוצען אין אייער הייליקער ארבעט.

  1. 1 אדמו"ר שלח מכתב זה לכמה סניפים והכניס שם הסניף במיוחד לאותו מקום