7 Adar 2 - ז אדר שני

ז אדר ב

אז מען געהט אין גאס דארף מען טראכטען דברי תורה צי אין מחשבה צי אין דבור, דאס ווענדט זיך, צי מען מעג ע"פ דין ריידען דארטען דברי תורה.

אבער אז ער געהט און איז ניט פארנומען אין דברי תורה, זאגט אים דער שטיין אויף וועמען ער טרעט: בולאך (גולם) וואס טרעסטו אויף מיר? מיט וואס ביסטו העכער פון מיר?